אין אַ רעדע די וואָך אין וואַשינגטאָן האָט מאַרטין אינדיק, דער ספּעציעלער שליח פֿון אַמעריקע בײַ די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, געזאָגט, אַז דאָס איז די לעצטע שאַנסן צו מאַכן שלום צווישן די צוויי ביטערע שׂונאים. אַזאַ אָנזאָג באַזאָרגט, נישט צוליב די נבֿיאות, נאַר ווײַל די איצטיקע סטרוקטור פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איז בכלל נישט פּאַסיק.
די ערשטע פּראָבלעם איז, וואָס די פֿאַרהאַנדלונגען גייען אָן אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַן אַמעריקאַנער שליח; און מע דאַרף עס זאָגן מיטן גרעסטן כּבֿוד צו מאַרטין אינדיק, אַז ישׂראל און די אַראַבער קענען מאַכן שלום נאָר דעמאָלט, אויב ס‘איז פֿאַראַן אַ הויכגעשטעלטער און חשובֿער פֿאַרמיטלער פֿון אַן אַנדער לאַנד.
ישׂראל און עגיפּטן האַבן געמאַכט שלום, אַ דאנק דער „שאַטל־דיפּלאָמאַטיע‟ פֿון הענרי קיסינדזשער אין די 1970ער יאָרן. דער אָסלאָ־פּראָצעס האָט זיך אַנטוויקלט, אַ דאַנק דעם פּרעזידענט ביל קלינטאָן, און איז אַדורכגעפֿאַלן נישט בלויז צוליב דער צווייטער אינטיפֿאַדע, נאָר אויך צוליב דעם, וואָס דזשאָרדזש בוש האָט געביטן די האַלטונג פֿון אַמעריקע אין דעם ראַיאָן. ביידע בוש־פּרעזידענטן האָבן ווייניק וואָס געפּועלט, וואָס שײך שלום, ווײַל זיי האָבן געאַרבעט דורך שליחים, און קיין זײַט איז נישט גרייט געווען צו זאָגן, וווּ געפֿינט זיך די „רויטע ליניע‟ פֿון אַ שליח, אָן קיין שום השפּעה.
אַ צווייטע פּראָבלעם איז דער צוגאַנג, אַז „גאָרנישט ווערט נישט באַשלאָסן, ביז ס‘וועט נישט באַשלאָסן ווערן אַלץ‟.
דאָס הייסט, אַז מען קען נישט באַשליסן, ווּו עס זאָלן דורכגיין די גרענעצן, ביז מען וועט נישט לייזן די פֿראַגע פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים; און מען קען נישט באַשליסן וואָס צו טאָן מיטן וואַסער, ביז מען וועט נישט וויסן, וואָס ס‘וועט זײַן מיט ירושלים. דער געדאַנק איז, אַז אפֿשר קענען ביידע צדדים אויפֿגעבן אויף עפּעס אין איין געביט, אויב די צווייטע וועט אויפֿגעבן אין אַ צווייטן געביט. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ס‘איז דערווײַל נישט קלאָר, צי דער פֿאַרהאַנדלונג־פּראָצעס אַרבעט טאַקע אַזוי, זײַנען דאָ אַ סך חסרונות בײַ אַזאַ צוגאַנג.
נאָך אַ פּראָבלעם איז, וואָס די צוויי צדדים קענען נישט זײַן בייגעוודיק לויט דעם הײַנטיקן מצבֿ. ווי אַ בײַשפּיל, לאָמיר נעמען די קאָלאָניעס. וואָס מע זאָל נישט מיינען וועגן זייער לעגיטימקייט, איז קלאָר, אַז אַ געוויסע צאָל קאָלאָניעס וועט זיכער בלײַבן. עס איז נישט שווער פֿאָרויסצוזען וואָסערע קאָלאָניעס וועלן „איבערקומען‟ דעם שלום־אָפּמאַך. ס’רוב קאָלאָניסטן וווינען אויף אַ זייער באַגרענעצטן שטח אין גוש־עציון, אַרום ירושלים, אין אַריאל און לעבן מודיעין. די קאָלאָניסטן קינדלען, קיין עין־הרע, און אַז זיי ווילן צובויען צום בנין נאָך אַ צימער, די קינדער זאָלן האָבן וווּ צו וווינען, הייבן אָן די פּאַלעסטינער און די אינטערנאַציאנאַלע געזעלשאַפֿט צו שרײַען „חי וקיים‟ וועגן דער „קאָלאָניעס-פֿאַרגרעסערונג‟.
אָדער אַן אַנדער בײַשפּיל, וואָס איז שוין נישט אַזוי פּאָליטיש געשטימט, איז דער ענין פֿונעם וואַסער. דער לעצטער הסכּם צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער וועגן וואַסער איז אונטערגעשריבן געוואָרן מיט אַ 20 יאָר צוריק. אויפֿן סמך פֿון דעם הסכּם באַקומען די פּאַלעסטינער דעם מינימום, וואָס מען דאַרף לויט די סטאַנדאַרטן פֿון דער וועלט־געזונט אָרגאַניזאַציע (WHO); און ישׂראל באַקומט יעדעס יאָר 50 מיליאָן קוביק־מעטער פֿון „אָפּגעפֿאַלענעם וואַסער‟, ס‘מיינט, דאָס וואַסער, וואָס איז פֿול מיט אומריינקייט פֿון די הײַזער און פֿאַבריק־כעמיקאַליעס. הײַיאָר איז עס געווען צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע, וואָס ישׂראל האָט נישט געבעטן אירע אייגענע בירגער לייגן אַכט, וויפֿל וואַסער זיי נוצן; אָבער דאָך, קען נישט אַוועקגעבן ווערן די פּאַלעסטינער מער אָדער ווייניקער וואַסער, וואָס פֿליסט אַרויס פֿון יהודה און שומרון, ווײַל „גאָרנישט ווערט נישט באַשלאָסן, ביז ס‘וועט נישט באַשלאָסן ווערן אַלץ‟.
אָבער אפֿשר איז דער צוגאַנג פֿון „גאָרנישט אָדער אַלץ‟ — דער גרעסטער חסרון, וואָס ברענגט טאַקע גאָרנישט?! אַנשטאָט זיך צו דערנענטערן צו אַן אָפּמאַך באַקלאָגן זיך ביידע צדדים, אַז דער צווייטער „איגנאָרירט‟ די פֿריִערדיקע אָפּמאַכן, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די פֿריִערדיקע אָפּמאַכן זײַנען פֿאַרעלטערט און האָבן נישט קיין פֿאַרבינדונג מיט דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט.
די פֿאַרהאַנדלונגען פֿאַרלירן דעם מאָמענט, ווײַל אַלע קאָמפּראָמיסן אויפֿן וועג זײַנען נאָר צײַטווײַליקע. עס איז נישט קלאָר, ווי מען קען „בויען אַ צוטרוי‟, אַז אַלץ ווערט אַ טעמע פֿאַר די פֿאַרהאַנדלונגען.
מיסטער אינדיק מוז האָבן אַ פּלאַן ב’, אויפֿן פֿאַל, אויב די פֿאַרהאַנדלונגען וועלן דורכפֿאַלן. עס וועט זײַן אַ נס, אויב דער פֿלאַן א’ וועט טאַקע מצליח זײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.