זאָרג וועגן רעגירונג־אָפּשטעל

Worrying About the Government Shutdown

וויליאַם דאַראָף, פֿון די „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟
וויליאַם דאַראָף, פֿון די „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟

פֿון רויטערס און Forward

Published October 04, 2013, issue of October 25, 2013.

אויב מע וועט נישט געפֿינען קיין לייזונג פֿאַרן רעגירונג־אָפּשטעל, וועט מען מסתּמא מוזן אָפּלייגן די מיליטערישע שטיצע פֿאַר ישׂראל און אַנדערע אַמעריקאַנער אַליִיִרטע לענדער, האָט מיטוואָך געמאָלדן דער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט.

מאַרי האַרף, די וויצע־וואָרטזאָגערין פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, האָט בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ בלויז דערמאָנט איין לאַנד וואָס קאָן לײַדן פֿון דעם אָפּשטעל: ישׂראל. ישׂראל באַקומט מער מיליטערישע פֿאָנדן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווי אַלע אַנדערע לענדער, און דערצו ווערט זי שטאַרק געשטיצט פֿון ביידע פּאַרטייען אינעם קאָנגרעס.

די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע האָט געהאַט געבעטן 3.1 ביליאָן דאָלאַר לטובֿת ישׂראל צום פֿינאַנציעלן יאָר 2014, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 1טן אָקטאָבער — אינעם זעלבן טאָג, וואָס דער פּאָליטישער שטילשטאַנד צווישן די רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטן האָט גורם געווען אַ טיילווײַזן אָפּשטעל פֿון דער רעגירונג. אין 2007, האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל אָנגעשריבן אַן אָפּמאַך, וואָס באַשטעטיקט, אַז אַמעריקע וועט צען יאָר לאַנג באַשטימען 30 ביליאָן דאָלאַר מיליטערישער שטיצע פֿאַר ישׂראל.

בסך־הכּל, האָט די אַמעריקאַנער אויסלענדישע מיליטערישע שטיצע פֿאַרן יאָר 2011 באַטראָפֿן בערך 5.5 ביליאָן דאָלאַר פֿאַר מער ווי 80 לענדער, לויט דער אינפֿאָרמאַציע פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט.

די פֿירער פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע פֿעדעראַציעס האָבן זיך אויך געזאָרגט וועגן דער ווירקונג פֿונעם רעגירונג־אָפּשטעל אויף זייערע אייגענע פּראָגראַמען. די ייִדישע פֿעדעראַציע פֿון דעטרויט, למשל, האָט געמוזט אַנולירן דעם וויזיט פֿון איר דעלעגאַציע קיין וואַשינגטאָן, צוליב דעם וואָס זיי וועלן זיך אפֿשר נישט קאָנען טרעפֿן מיט די באַאַמטע פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע.

J Street, די לינק־געשטימטע אָרגאַניזאַציע וואָס רופֿט ישׂראל צו ווערן מער בייגעוודיק מיט די פּאַלעסטינער, האָט דווקא נישט אַנולירט איר יערלעכע קאָנפֿערענץ, און כּמעט 800 אַקטיוויסטן זענען דינסטיק אָנגעקומען אויף קאַפּיטאָל־היל פֿאַר די 250 פּלאַנירטע לאָבי־זיצונגען.

„וואָס לענגער עס ציט זיך, אַלץ גרעסער וועט ווערן די ווירקונג,‟ האָט באַמערקט וויליאַם דאַראָף, אַ הויכער באַאַמטער בײַ די „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟. ער האָט דערקלערט, אַז די אַגענטורן, וואָס פֿאַרלאָזן זיך אויף רעגירונג־פֿאָנדן פֿאַר זייערע פּראָגראַמען, בפֿרט די באַדינונגען לטובֿת די עלטערע און אָרעמע לײַט, קאָנען דערווײַל געפֿינען מיטלען צו דעקן דעם דוחק פֿון די רעגירונג־דאָלאַרן, אָבער ס׳איז נישטאָ קיין גאַראַנטיע, אַז די רעגירונג וועט שפּעטער צוריקצאָלן די פֿאָנדן, ווי זיי האָבן געטאָן נאָך די פֿריִערדיקע רעגירונג־אָפּשטעלן.