מײַן שוויגער איז 92 יאָר אַלט. זי וווינט ניט אין ניו-יאָרק, נאָר אין אַן אַנדער עק פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. קיין גרויסער העלד איז זי, צום באַדויערן, ניט, האָט אַ סך ערנסטע געזונט-פּראָבלעמען, אָבער אַן אומזיסטע באַהעלפֿערין קומט צו איר בלויז אויף פֿיר שעה אַ טאָג — אַזוי האָט באַשלאָסן, און אויך ניט גלײַך, די היגע ביוראַקראָטיע. אין ניו-יאָרק וואָלט זי, אַ פּנים, געווען באַזאָרגט אַנדערש.
די טעג בין איך אַרײַן אין ברוקלין צו אַ פֿריזירער און צופֿעליק אויסגעהערט אַ שטיקל רעדע פֿון איינעם אַ 74־יאָריקן רוסיש-שפּראַכיקן ייִד. ער איז געקומען אַרומצורעדן זײַנע פּראָבלעמען און דערגרייכונגען מיט דער פֿריזירערין, וואָס אַרבעט אין דער זעלביקער פֿריזירערײַ. דער ייִד איז געווען אַ טויבער, מיט אַ געהער-אַפּאַראַט אין אויער, דערפֿאַר האָט ער זיך געטיילט מיט זײַנע סודות זייער הויך. האָט ער דערציילט, אַז בײַ אים דרייט זיך איצט אַ ראָמאַן מיט אַ 60־יאָריקער פֿרוי און אַז בײַ זיי „באַקומט זיך אַלץ זייער גוט‟, לויט זײַנע ווערטער, אַפֿילו בעסער ווי מיט זײַן פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי. דאָס שטערט ניט דעם דאָזיקן מאַנצביל צו האָבן אַן אומזיסטע באַהעלפֿערין (זי איז מיט אים געקומען אין דער פֿריזירערײַ), וועלכע בלײַבט מיט אים אַלע טאָג אין משך פֿון אַכט שעה.
איך דערצייל עס אַקעגן דעם, וואָס אַמעריקע איז אַ קאָמפּליצירט לאַנד. יעדער ווינקל לעבט לויט זײַנע אייגענע תּקנות. מע נעמט אַנדערע שטײַערן, אָדער מע נעמט זיי אין גאַנצן ניט. מע אָנערקענט אָפֿט מאָל ניט די ליצענצן, טאָמער זיי זײַנען אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַן אַנדער אַמעריקאַנער ווינקל. מיר דאַכט זיך צו מאָל, אַז אַמעריקע איז מער צעטיילט ווי אייראָפּע.
בערך אַ העלפֿט פֿון יעדן יאָר וווין איך אין ענגלאַנד, אַ מדינה מיט זייער אַלטע און טיילווײַז מאָדנע טראַדיציעס. ס’איז גענוג צו דערמאָנען דעם גאַנצן טאַראַראַם אַרום דער מלכּה און איר משפּחה. אָבער פֿון מאָל צו מאָל שאַפֿט זיך בײַ מיר אַן אײַנדרוק, אַז דווקא אַמעריקע איז נאָך מער אַלטפֿרענקיש, ווי ענגלאַנד. איך פֿיל עס, אַ שטייגער, ווען עס קומט די צײַט צוגרייטן די באַריכטן וועגן מײַנע שטײַערן. אין דעם אַלטיטשקן ענגלאַנד איז עס גאַנץ פּשוט, ניט צו פֿאַרגלײַכן פּשוטער, איידער אין דער יונגער אַמעריקאַנער מדינה.
איך רעד שוין ניט וועגן דער אַמעריקאַנער מעדיצין. קיינער, אַ חוץ יחידי-סגולה, וועט דאָ קיין עק ניט דערגיין. אַפֿילו די אַזוי גערופֿענע שפּאָגל נײַע „אָבאַמאַקערע‟ איז געמאַכט געוואָרן זייער פֿאַרדרייט, בפֿרט פֿאַר מײַן פּרימיטיוון מוח. אין ענגלאַנד איז דאָך אַלץ זייער גראָדליניק — אַלע האָבן אַ צוטריט צו אומזיסטער מעדיצין, און שוין. דער אַמעריקאַנער עולם, לכל-הפּחות אַ טייל פֿון אים, קודם-כּל, די מלוכה-לײַט, רעאַגירן אויף דער דאָזיקער וויכטיקער אָבאַמאַ-רעפֿאָרם אויך זייער פֿאַרדרייט, גלײַך ווי מע וואָלט ניט פֿאַרגינען, אַז אַ דאַנק איר, וועלן מיליאָנען אַמעריקאַנער קענען באַקומען אַ מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג.
איינער פֿון מײַנע סטודענטן האָט געזאָגט וועגן דעם איצטיקן מצבֿ פֿון דער קריגערײַ אין וואַשינגטאָן: „זיי זײַנען ווי קליינע קינדער, גאָר קליינע, וואָס זײַנען אַלט אין גאַנצן אַ יאָר פֿיר‟. איך האָב אים גאָרנישט ניט געזאָגט, כאָטש ער איז, לויט מײַן מיינונג, ניט גערעכט. די רייד גייט דאָך וועגן אַן ענין, וואָס איז אַ סך ערנסטער פֿון אַ קינדערשפּיל. מע זעט אין דער „שפּיל‟ זייער בולט אַ צוזאַמענשטויס פֿון עקסטרעמען: פֿון איין זײַט — אינדיווידואַליזם, און פֿון דער צווייטער זײַט — די ציוויליזירטע נייטיקייט צו באַזאָרגן מיט מעדיצין אויך דעם טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, וואָס קען עס ניט אַנדערש באַקומען.
די אויספֿרעגן ווײַזן, אַז אַ היפּש ביסל — אפֿשר די מערהייט — אַמעריקאַנער זײַנען אַזוי אָדער אַנדערש ניט צופֿרידן מיט דער „אָמאַבאַקערע‟. דערצו, ווי איך האָב שוין געזאָגט, איז שווער צו פֿאַרשטיין פֿאַרשיידענע פּרטים פֿון דער דאָזיקער רעפֿאָרם. אָבער די זעלביקע אויספֿרעגן ווײַזן אויך, אַז ס’רובֿ אַמעריקאַנער האַלטן ניט אונטער דעם מיין, אַז מע דאַרף זי אין גאַנצן ליקווידירן. מע טענהט, אַז מע מוז זי מאַכן בעסער, אַרײַנברענגען אין איר מער שׂכל. און כּדי עס צו טאָן, איז גאָר ניט נייטיק צו פּאַראַליזירן די אַרבעט פֿון דער רעגירונג.
וואָס זשע קומט פֿאָר איצט? מיליאָנען אַמעריקאַנער פּרוּוון פֿאַררעגיסטרירן זיך, זיי ווילן קריגן אַ פֿאַרזיכערונג דורך דער „אָבאַמאַקערע‟. די צאָל בעלנים איז אַזוי גרויס, אַז די אינטערנעץ-סיסטעם קען עס ניט איבערקײַען. בינו-לבינו, נעמען די קעגנער פֿון דער רעפֿאָרם און, אויף אַ כוליגאַנישן אופֿן, שטעלן אַרײַן אַ שטעקן אין דער גאַנצער מלוכישער מאַשין און שטעלן זי טיילווײַז אָפּ.
יאָ, אַ קאָמפּליצירט לאַנד איז אַמעריקע; און צוליב איר קאָמפּליצירטקייט איז זי אייגנאַרטיק אין אירע בעסטע און ערגסטע טעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.