אין מאַרק וואַרשאַווסקיס באַקאַנט ליד, וואָס האָט פֿאַרשיידענע טיטלען — „אַ פֿריילעכס”, „חתנס צד”, „מחותּנים גייען” — וווּ ער מאַכט חוזק פֿונעם חתנס משפּחה, איז דאָ די ווײַטערדיקע סטראָפֿע:
רבי אלי [מסתּמא אַרויסגערעדט /עליע/] דעם חתנס פֿעטער
דאָס בײַכל גלעט ער, שאַט נאָר, שאַט!
ער איז פֿעטער פֿון אַלע פֿעטערס
שפּילט אַ וויוואַט דעם חתנס צד!
דער פֿעטער עליע האָט אַ פֿעטן, ד”ה אַ גראָבן בויך, וואָס ער גלעט פֿאַר אַלעמען אין די אויגן…
דאָ האָבן מיר האָמאָנימען — צוויי ווערטער מיטן זעלביקן קלאַנג און מיטן זעלביקן אויסלייג, נאָר מיט צוויי אַנדערע טײַטשן און פֿון צוויי אַנדערע אָפּשטאַמען. די גאַנצע מעשׂה „פֿעט” האָבן מיר שוין געהערט; וואָס איז דאָ צו דערציילן וועגן „פֿעטער”?
זייער אַ סך. אין טייל אייראָפּעיִשע לשונות נעמט זיך דאָס וואָרט פֿונעם וואָרט פֿאַר ‘טאַטע’, אין אַנדערע פֿון לאַטײַניש, אין אַנדערע, ווידער — פֿון קינדער־לשון. טייל האָבן בלויז איין וואָרט פֿאַרן פֿעטער פֿון ביידע צדדים, אַנדערע האָבן באַזונדערע ווערטער פֿאַרן פֿעטער פֿון טאַטנס צד און פֿאַר דעם פֿון מאַמעס צד.
גאָר אַ מאָל האָט לאַטײַניש געהאַט צוויי ווערטער: דער פֿעטער פֿון טאַטנס צד האָט געהייסן patruus, וואָס דאָס וואָרט קער זיך אָן מיטן וואָרט פֿאַר ‘טאַטע, פֿאָטער’: pater; דער פֿעטער פֿון מאַמעס צד האָט געהייסן avunculus. מיט דער צײַט איז אונטערגעגאַנגען patruus און געבליבן בלויז avunculus. פֿון דעם וואָרט נעמט זיך דירעקט דאָס ענגלישע avuncular ‘אַזוי ווי אַ פֿעטער’, און אומדירעקט, דורך פֿראַנצייזיש, דאָס ענגלישע uncle. דאָס פֿראַנצייזישע oncle איז דער אָבֿ נישט נאָר פֿונעם ענגלישן, נאָר אויך פֿונעם דײַטשישן Onkel און דעניש־שוועדישן onkel.
נישטאָ קיין ספֿק, אַז אונדזערע לייענערס האָבן אויף מאַמע־לשון אויך געהערט „אָנקל”. דאָס איז אין תּוך אַרײַן אַ דײַטשמעריזם וואָס איז געוואָרן ספּעציעל פֿאַרשפּרייט דאָ אין אַמעריקע. מײַן טאַטע האָט זײַנע פֿעטערס נישט אַנדערש גערופֿן ווי „אָנקל”. אײַ, דאָס האָט ער געקענט שעפּן פֿון ענגליש? זײַנע מומעס האָט ער נישט אַנדערש גערופֿן, נאָר „טאַנטע”. דאָס דאָזיקע וואָרט נעמט זיך פֿונעם לאַטײַנישן amita ‘מומע פֿון טאַטנס צד’, וואָס האָט אַרויסגעשטויסן mātertera ‘מומע פֿון מאַמעס צד’. אויף פֿראַנצייזיש איז פֿון amita געוואָרן ante, וואָס דערפֿון נעמט זיך ס’ענגלישע aunt. אינעם הײַנטיקן פֿראַנצייזיש זאָגט מען tante — נישט קלאָר פֿון וואַנעט דער t, אָבער קינדער זאָגן נישט oncle, נאָר tonton — און פֿון דאָרטן אַרײַן אין האָלענדיש, דעניש און דײַטשיש; פֿון דײַטשיש, ווידער — אַ דײַטשמעריזם אין מאַמע־לשון, זייער פֿאַרשפּרייט דאָ אין אַמעריקע.
לאָמיר דאָ איבערלאָזן די בת־מלכּה און זיך אומקערן צום בן־מלך. ווי געזאָגט, נעמט זיך דאָס אַמאָליקע לאַטײַנישע patruus ‘פֿעטער פֿון טאַטנס צד’ פֿון pater ‘טאַטע’. אינעם גרעקיש פֿון אַמאָל האָט מען געזאָגט patros ‘פֿעטער פֿון טאַטנס צד’, פֿון patyr ‘טאַטע’, און mytros ‘פֿעטער פֿון מאַמעס צד’, פֿון mytyr ‘מאַמע’. דאָס ייִדישע וואָרט „פֿעטער” אַליין קער זיך אָן, פֿאַרשטייט זיך, מיט „פֿאָטער”. אויך אין ענגליש איז גאָר אַ מאָל געווען אַ וואָרט fœdera ‘פֿעטער פֿון טאַטנס צד’, וואָס איז אַרויסגעשטופּט געוואָרן פֿון uncle; דאָס זעלביקע אין מיטל־הויכדײַטשיש, וואָס האָט געהאַט vetere, וואָס איז פֿאַרביטן געוואָרטן מיט Onkel. בײַם הײַנטיקן טאָג איז Vetter גאָר טײַטש ‘שוועסטערקינד’.
פֿאַר ‘מומע’ האָט ענגליש גאָר אַ מאָל געהאַט fathu ‘מומע פֿון טאַטנס צד’ מיט mōdrige ‘מומע פֿון מאַמעס צד’; ביידע זענען אַרויסגעשטופּט געוואָרן פֿון aunt. אויך דאָס אַמאָליקע דײַטשישע muome איז פֿאַרביטן געוואָרן דורך Tante; הײַנט איז Muhme אַ זעלטענער וואָרט, ווײַט נישט אַזוי פֿאַרשפּרייט ווי Tante. וועגן „מומע” איז אויך טשיקאַווע, וואָס ס’ענדיקט זיך אויף ־ע. ייִדישע ווערטער פֿון דײַטשישן קאָמפּאָנענט ענדיקן זיך נישט אויף ־ע: דײַטשיש Farbe, אָבער ייִדיש „פֿאַרב”; דײַטשיש Jude, אָבער ייִדיש „ייִד”; דײַטשיש Feige, אָבער ייִדיש „פֿײַג” אאַז”וו. בלויז אין נײַערע ווערטער בלײַבט ־ע: „פֿראַגע”, „לאַגע”, „קאַסע” אד”גל. פֿאַר וואָס זשע איז דאָ ־ע אין אַן אַלט וואָרט, „מומע”? אפֿשר על־פּי אַנאַלאָגיע מיט „טאַטע, מאַמע, זיידע, באָבע”, פֿון סלאַווישן אָפּשטאַם.
אינטערעסאַנט זענען אויך די ווערטער וואָס נעמען זיך פֿון קינדער־לשון. דאָס הײַנטיקע גרעקישע thios ‘פֿעטער’, thia ‘מומע’; דאָס שפּאַנישע־פּאָרטוגאַלישע tío/tio און tía/tia, דאָס איטאַליענישע zio און zia, דאָס רוסישע dyadya און tyotya, דאָס טשעכישע teta און פּוילישע ciocia ‘מומע’ וואַקסן אַלע פֿון קינדער־לשון. דאָס טשעכישע strýc האָט אַ מאָל געהייסן בלויז ‘פֿעטער פֿון טאַטנס צד’, נאָר הײַנט איז עס טײַטשן ביידע צדדים; דאָס פּױלישע wuj איז אַ מאָל געווען בלויז ‘פֿעטער פֿון מאַמעס צד’, נאָר איז הײַנט ביידע. (אַגבֿ, אויב אײַך וועט אויסקומען צו זײַן אין פּוילן אָדער אין דער טשעכישער רעפּובליק, זאָגט נישט strýc אָדער wuj; אויף פּױליש הער איך בלויז דעם דימינוטיוו, wujek, בשעת אויף טשעכיש איז אַפֿילו strejček זעלטן — קינדער ניצן גיכער אַ ווײַטערדיקן דימינוטיוו, strejda.) דאָס אונגערישע bácsi ‘פֿעטער’ און néni ‘מומע’ וואַקסן נישט פֿון די ווערטער ‘טאַטע’ און ‘מאַמע’, נאָר גאָר פֿון bátya ‘(עלטערער) ברודער’ און néne ‘(עלטערע) שוועסטער’.
ס’איז אויך כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אין ייִדיש און אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע לשונות זענען ‘פֿעטער’ און ‘מומע’ אויך די באַצייכענונגען פֿאַר יעדן עלטערן קרובֿ; אויף מאַמע־לשון איז דאָס אויך די ווענדונג צו סתּם אַ פֿרעמדן, למשל, אין גאַס. אָט דער באַניץ איז אויך אַרײַן אין עבֿרית, וווּ מיט „(ה)דוד, (ה)דודה” ‘פֿעטער, מומע’ ווענדט מען זיך צו פֿרעמדע. אַגבֿ זענען „דוד” און „דודה” אין תּנך געווען טײַטש נישט נאָר ‘פֿעטער’ און ‘מומע’, נאָר אויך ‘געליבטע(ר)’; דעם צווייטן טײַטש זעט מען דאָך אין, אַ שטייגער, שיר־השירים, אָבער הײַנט איז עס אונטערגעגאַנגען. פֿון די מקורים איז נישט קלאָר ווי אַזוי די צוויי באַזונדערע טײַטשן זענען אַרײַן אין איין פּאָרל ווערטער.
אַ פּאָר ווערטלעך וועגן פֿעטערס און מומעס:
אַ קרומע מומע, פֿאָרט אַ מומע
אָן אַ נאָז, פֿאָרט אַ פֿעטער
(
וועגן ווײַטע קרובֿים:) ער מיינט, אַז שמעלקע איז זײַן פֿעטער, און איך מיין, אַז שמעלקע איז מײַן פֿעטער
אין אַ פֿעטער האָט מען אַ היתּר (אייגענע באַגייען זיך גוט מיט אייגענע)
מאָגערער פֿעטער (שפּעט־לשון וועגן אַ פֿעטער)
אַז דער טאַטע נעמט די מומע ווערט ער אַ פֿעטער
פֿעטער ישמעאל (מוסולמענער); מומע רייזל (רוסלאַנד)
ביז דער פֿעטער ווערט מאָגער גייט די מומע צו קינד
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.