לעצטנס, האָט דאָס הויכע ישׂראל־געריכט אָפּגעוואָרפֿן די בקשה פֿון אַ גרופּע איין און צוואַנציק ישׂראלדיקע אינטעלעקטואַלן, וועלכע האָבן געבעטן דאָס רשות צו בײַטן די נאַציאָנאַליטעט אין זייער בולעטין פֿון „ייִד‟ אויף „ישׂראלי‟.
די בקשה זעט אויס אַ קאַפּעלע אויסטערליש, ספּעציעל אויב מע האָט אין זינען די לעצטע ווערטער פֿון בן־גוריונען אויף דער פּראָקלאַמירונג־צערעמאָניע פֿון מדינת־ישׂראל: „מיר מעלדן דערמיט די אַנטשטייונג פֿון אַ ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל — מדינת־ישׂראל.‟
דאָס הייסט, אַז מדינת־ישׂראל איז לכתּחילה געגרינדעט געוואָרן ווי אַ ייִדישע מדינה; אַז די ישׂראלדיקע נאַציע האָט זיך נאָך נישט אויסגעפּיקט פֿונעם איי. עס שטעלט זיך די פֿראַגע: צי האָט זיך די ישׂראלדיקע נאַציע שוין אויסגעפֿורעמט אין דעם פֿאַרלויף פֿון די יאָרן? עוזי אָרנאַן, וואָס איז געשטאַנען בראָש פֿון דער גרופּע, אַן אָנגעזעענער לינגוויסט און אַ מיטגליד פֿון דער אַקאַדעמיע פֿון דער העברעיִשער שפּראַך, האַלט אַז יאָ. ער שרײַבט:
„די ציוניסטישע רעוואָלוציע האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ מרידה אינעם ייִדישן גלויבן. איר ציל איז געווען צו פֿאַרוואַנדלען דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון אַ רעליגיעזער עדה, צעשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט, אין אַ נאָרמאַלער נאַציע, וואָס קאָנצענטרירט זיך אויף איין טעריטאָריע. לכאורה האָט די מרידה מצליח געווען. איר העכסטע דערגרייכונג אין געווען די פּראָקלאַמירונג פֿון מדינת־ישׂראל. די אַנטשטייונג פֿון דער מדינה האָט געשאַפֿן אַ נײַע נאַציע־מדינה, די ישׂראלדיקע נאַציע. אַ נאַציע, וואָס עס טראָגן אַלע בירגער פֿון דער מדינה אָן קיין חילוק פֿון רעליגיע, ראַסע און געשלעכט‟.
אין אָט דעם קורצן פּאַראַגראַף שטעקן אַזוי פֿיל פֿעלערן און אומפֿאַרשטאַנד, אַז עס איז טאַקע שווער צו גלייבן, אַז אַזאַ אָנגעזעענע פֿיגור האָט אַזוי געזינדיקט מיט דער פּען.
ראשית־חכמה, ווי ווײַט איז ציוניזם געווען אַ מרידה אין דעם ייִדישן גלויבן? דעם אמת געזאָגט, איז עס נישט גרינג צו באַשטעטיקן; פּינקטלעכער, נישט אַזוי גרינג ווי ער, ר’ עוזי, מיינט. לויט מײַן שׂכל קומט, אַז דער ברען און מי, וואָס יחידים האָבן אַרײַנגעלייגט אין ציוניזם, גײַסטלעך און ממשותדיק, איז אין גאַנצן אומפֿאַרשטענדלעך, אויב מע ווישט אָפּ די טראַדיציאָנעלע דערציִונג, די ייִדישע קולטור, און די רעליגיע, אין וועלכער זיי זענען אויסגעוואַקסן.
דער צווייטער זאַץ איז נישט בעסער: די טענה, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק איז געווען אַ רעליגיעזע עדה, איז פֿאַלש, און מע דאַרף נישט צוקומען צו פֿאַרגעלטע היסטאָרישע ביכער. עס איז גענוג אויסצוניצן דאָס ביסל לאָגיק, וואָס עס איז פֿאַרבליבן אויף רפֿואה פֿון די מאַטעמאַטיק־לעקציעס:
איך פֿרעג אײַך, ווי קענען די ייִדן זײַן אין דער אייגענער צײַט אי אַ פֿאָלק, אי אַן עדה? אויב זיי זענען אַן עדה, צו וואָס שרײַבן „פֿאָלק‟, און אויב זיי זענען טאַקע אַ פֿאָלק, זענען זיי געוויס נישט קיין עדה. קורץ, עס שאַפֿט זיך דער אײַנדרוק, אַז דער חשובֿער העברעיִסט וואַרפֿט זיך מיט באַגריפֿן און גיט זיך נישט אָפּ קיין חשבון בשעת־מעשׂה.
וואָס שייך דער פּראָקלאַמירונג פֿון מדינת־ישׂראל, איז עס, לויט אָרנאַנען, די העכסטע דערגרייכונג. האָבן מיר שוין אָנגעוויזן, אַז עס גייט די רייד וועגן אַ ייִדישער מדינה. דאָס הייסט, אַז דער באַגריף „ייִדישע מדינה‟ דעפֿינירט מדינת־ישׂראל.
דאָס וואָס אַזאַ צוגאַנג איז אַראָפּ פֿון דעם פּאָסט־מאָדערניסטישן מאַרק, איז שוין אַן אַנדערע מעשׂה. יעדנפֿאַלס, איז דאָס נישט קיין תּירוץ צו פֿאַרדרייען די יוצרות.
דער לעצטער פּונקט: עוזי אָרנאַן זעצט אַוועק אין איין שיפֿל אַ חסיד, אַ דרוז, אַ טשערקעס, אַ קריסט און אַ מוסולמענער, און זאָגט זיי פֿײַערלעך אָן, אַז זיי געהערן צו איין נאַציע. פּראָסט און פּשוט, ווי אַ קונצנמאַכער שלעפּט אַרויס אַ האָז פֿון דעם צילינדער. עפּעס לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל, אַז טאַקע אַזוי שאַפֿן זיך פֿעלקער. עס שרײַבט זיך גיכער ווי עס מאַכט זיך.
איך וואָלט זיך נישט אָפּגעגעבן מיט דער טעמע, אויב די פֿאָדערונג צו אָנערקענען אַ נײַע ישׂראלדיקע נאַציע וואָלט אַרומגענומען בלויז די איין און צוואַנציק מיטגלידער פֿון דער גרופּע, וואָס האָט אַפּעלירט צום געריכט. עטלעכע באַקאַנטע אינטעלעקטואַלע פֿיגורן אין ישׂראל דריקן אויס כּסדר זייער טאָטאַלע אָפּפֿרעמדונג פֿון יעדער דערשײַנונג פֿון ייִדישקייט, אָבער נישט קיין אָפֿענעם האַס.
יורם קאַניוק, אַ באַרימטער שרײַבער, האָט זיך געגרויסט אויף יעדן טריט און שריט מיט זײַן פֿאַראַכטונג צו אַלץ, וואָס „שמעקט‟ מיט ייִדן און ייִדישקייט.
שלמה זאַנד, אַ היסטאָריקער פֿון קינאָקונסט, האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך אונטערן פּראָוואָקאַטאָרישן טיטל, „ווי אַזוי איז צוגעטראַכט געוואָרן דאָס ייִדישע פֿאָלק?‟. דאָס בוך איז פֿול מיט גרײַזן און אומפּינקטלעכקייטן. אָט דער פֿאַקט האָט, צום באַדויערן, נישט געשטערט צו פּובליקירן דאָס בוך אויף פֿאַרשיידענע לשונות.
די רעיונות פֿון דער אינטעלעקטואַלער עליטע, וואָס איז אַדורכגעווייקט מיט אַנטי־ייִדישקייט און אָפֿט, אָבער נישט תּמיד, מיט קעגנערשאַפֿט צו ציוניזם, דערזעען די ליכטיקע שײַן איבערהויפּט אויף די בלעטער פֿון „הארץ‟ — זייער גרויסער שטיצער.
עס טרעפֿט זיך גאָר זעלטן, אַז אַ טעמע וואָס ווערט באַצייכנט אין „הארץ‟ ווי „שטורמיש‟, „רופֿט אַרויס מחלוקת‟ — זאָל האָבן אַן אָפּקלאַנג. אין די אַמאָליקע צײַטן האָבן די אינטעלעקטואַלן און האַלב־אינטעלעקטואַלן געשטרעבט „אויסהיילן דאָס פֿאָלק‟, אָבער הײַנט איז דאָס גאַנץ אוממעגלעך. עס ליגט אַ תּהום אין געדאַנק און מעשׂים צווישן די גײַסטיקע פּני און דעם פּשוטן פֿאָלק.
דער „סקאַנדאַל‟ אין דעם הויכן געריכט און די רעיונות פֿון מענטשן ווי עוזי אָרנאַן האָבן אַ שוואַכן אָפּקלאַנג אויף דער ישׂראלדיקער גאַס. אַזעלכע מיינונגען זענען פֿרעמד פֿאַר עמך־ישׂראל.
כּדי צו פֿאַרשטיין ווי טיף איז דער תּהום צווישן די אינטעלעקטואַלן און עמך־ישׂראל, איז גענוג צו דערמאָנען, אַז לויט דער לעצטער סטאַטיסטיק האָבן מער ווי 70 פּראָצענט פֿון די ישׂראלים געפֿאַסט יום־כּיפּור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.