אַ גאַנצער טאַראַראַם האָט זיך לעצטנס אָנגעהויבן אַרום די רעזולטאַטן פֿון אַן אויספֿרעג, דורכגעפֿירט צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. איך קלײַב זיך ניט נאָך אַ מאָל איבערצוחזרן די ציפֿערן, וואָס ווײַזט, אין תּוך אַרײַן, אַז דאָס אַמעריקאַנער ייִדנטום איז גאַנץ וועלטלעך (זען //yiddish.forward.com/articles/173079/young-jews-are-leaving-the-faith). צי חידושט אײַך אַזאַ „דראַמאַטישער‟ אויספֿיר? איך מיין ניט אַזוי. דער ייִדיש-שפּראַכיקער און דער ענגליש-לשונדיקער לייענער פֿון די צוויי „פֿאָרווערטסן‟ געהערט ניט, בדרך-כּלל, צו דעם פֿרומסטן טייל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דאָס זעלבע זע איך אויך צווישן די ייִדישע סטודענטן אין מײַנע קלאַסן אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט.
וואָס האָט מיך יאָ געחידושט און אַפֿילו געפּלעפֿט איז, אַז די דאָזיקע ציפֿערן האָבן שאָקירט די רעדאַקטאָרין פֿון דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟. דער „ניו-יאָרק טײַמס‟ האָט דעם 1טן אָקטאָבער ציטירט אירע ווערטער, אַז זי האָט געפֿונען די רעזולטאַטן ממש devastating, און זי האָט צוגעגעבן:
This should serve as a wake-up call for all of us as Jews to think about what kind of community we’re going to be able to sustain if we have so much assimilation.
הקיצור, וועקט זיך אויף, רבותי, אונדזער שיף זינקט! אָבער צי האָט דער אויספֿרעג געפֿונען, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן אַסימילירן זיך? אָדער עס האָט געוויזן, חלילה, אַז טאָמער אַ מענטש האַלט זיך פֿאַר אַ וועלטלעכן, הייסט עס שוין, אַז ער צי זי איז אַסימילירט? צי, אַנדערש געזאָגט, נאָר אַ רעליגיעזער ייִד איז אַ „ריכטיקער‟ ייִד?
פֿאַר מיר קלינגט עס מאָדנע. און דערצו — פּשוט ניט ריכטיק. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אין משך פֿון כּמעט דער גאַנצער געשיכטע פֿון „פֿאָרווערטס‟ איז די באַציִונג צו דער פֿראַגע געווען לחלוטין אַן אַנדערע. איך קען עס זאָגן מיט דער גאַנצער פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿון אַ מענטשן, וואָס פֿאָרשט איצט דעם ענין, דהײַנו: דער צוגאַנג צו רעליגיע אין דער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟, וואָס האָט דער דאָזיקער פֿראַגע שטענדיק אָפּגעגעבן אַ היפּש ביסל אָרט.
דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געפּריידיקט וועלטלעכקייט, אָבער קיין מאָל האָט ער עס ניט אַסאָציִיִרט מיט אַסימילאַציע. און הײַנט אויך זע איך אַרום זיך זייער אַ סך הייסע וועלטלעכע ייִדן, וואָס גלייבן ניט אין גאָט. בין איך זיך טועה אין דעם זין, וואָס איך שרײַב זיי ניט אַרײַן אין דער „צווייטער קאַטעגאָריע‟ ייִדן? איך קען די אוראייניקלעך פֿון שלום-עליכם און שלום אַש. ביידע שרײַבערס זײַנען געווען וועלטלעך, אָבער דאָס האָט גאָר ניט געשטערט זייערע קינדסקינדער צו בלײַבן ייִדן.
איך האָב מורא, אַז די רעזולטאַטן פֿון דעם אויספֿרעג (וואָס בלײַבט מיר מעטאָדיש ניט קלאָר) וועט מען אויסטײַטשן, צי מע האָט שוין אויסגעטײַטשט, אַז מע דאַרף איצט אַרײַנגיסן מיליאָנען דאָלאַרן אין דער רעליגיעזער בילדונג צי אַנדערע אונטערנעמונגען, וואָס זייער צי איז צו מאַכן וועלטלעכע ייִדן פֿאַר „ריכטיקע‟, דאָס הייסט, פֿרומע צי לכל-הפּחות פֿרומעוואַטע, ייִדן. אָבער וואָס עס זאָל ניט ווײַזן די סטאַטיסטיק פֿונעם אויספֿרעג, איז דער פֿרומער סעקטאָר גענוג שטאַרק מע זאָל וועגן אים נאָך מוזן זיך זאָרגן און האָבן שלאָפֿלאָזע נעכט. איך זע, ווי ער ווערט אַלץ גרעסער און אַלץ שטאַרקער, אַ שטייגער, צווישן די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן.
איך בין זיכער, אַז אַ סך מער טאָלק וואָלט געבראַכט גאָר אַן אַנדער סטראַטעגיע, דהײַנו: צו טאָן עפּעס אין דעם געביט פֿון קולטור. מע דאַרף אָנפֿילן דאָס לעבן פֿון „ריכטיקע‟ און „סתּם‟ ייִדן ניט בלויז מיט ריטואַלן, נאָר אויך מיט אַ קולטורעלן אינהאַלט. אין דער ריכטונג ווערט שוין אויפֿגעטאָן ניט ווייניק, אָבער מע דאַרף אויפֿטאָן ניט צו פֿאַרגלײַכן מער. איך זע עס בולט (און כ’האָב ניט איין מאָל געשריבן וועגן דעם) אין מײַנע קלאַסן — דער יונגער דור ווייסט זייער ווייניק צי פּשוט גאָרנישט וועגן דער ייִדישער געשיכטע, וועגן ייִדישער (אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן) ליטעראַטור. מע דאַרף זיך געבן אַן ענטפֿער, פֿאַר וואָס איז די ייִדישע קולטור אַרײַן אין לעבן פֿון דעם דור, וואָס פֿלעגט קינדווײַז באַזוכן ייִדישע נאָכמיטאָג-שולן, און כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון דעם דור, וואָס באַזוכט די „דזשויִשע‟ טאָג-שולן.
דאָס, וואָס איך שרײַב דאָ, שטאַמט פֿון מײַן באַנעמען די ייִדן ווי אַ נאַציע, ווי אַ פֿאָלק, מיט אַן אייגענער פֿאַרשיידנאַרטיקער קולטור, מיט אַן אייגענער נאַציאָנאַלער געשיכטע. גאָר אַנדערש זעט אויס דאָס בילד, אויב מע קוקט אויף די ייִדן ווי אויף אַ רעליגיעזער גרופּע. דעמאָלט איז וועלטלעכקייט, פֿאַרשטייט זיך, „געוואַלדיק געפֿערלעך‟. מיר שײַנט, אָבער, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ האָט תּמיד, פֿון די ערשטע טעג זײַנע, געהאַלטן ייִדן פֿאַר אַ נאַציע, וואָס באַשטייט פֿון וועלטלעכע און גלויביקע ייִדן. אַזאַ צוגאַנג שפּיגלט אָפּ די רעאַלקייט פֿונעם ייִדישן לעבן, און דער אויספֿרעג האָט עס פּשוט ווידער אַ מאָל באַשטעטיקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.