עובֿדיה יוסף ניפֿטר געוואָרן

Rav Ovadia Yosef Dies at 93

די לוויה פֿון הרבֿ עובֿדיה יוסף
Getty Images
די לוויה פֿון הרבֿ עובֿדיה יוסף

פֿון ייִט״אַ

Published October 08, 2013, issue of October 25, 2013.

מאָנטיק, דעם 7טן אָקטאָבער, איז אינעם שפּיטאָל „עין כּרם‟ בײַם ירושלימער מעדיצינישן צענטער „הדסה‟ ניפֿטר געוואָרן הרבֿ עובֿדיה יוסף, דער באַקאַנטער פּוסק און דער גרינדער פֿון דער ספֿרדישער פּאַרטיי „ש״ס‟. דער 93־יאָריקער רבֿ, אַ געבוירענער אין באַגדאַד, האָט געדינט ווי דער ישׂראלדיקער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ פֿון 1973 ביז 1983. אין די שפּעטערדיקע יאָרן, האָט ער ווײַטער משפּיע אויף דער ספֿרדישער באַפֿעלקערונג אין ישׂראל. הגם יוסף אַליין איז קיינמאָל נישט געווען אַ דעפּוטאַט, האָט זײַן פּאַרטיי, „ש״ס‟, באַקומען אינעם יאָר 1999, ווען זי האָט דערגרייכט דעם זעניט פֿון איר פּאָפּולאַריטעט, 17 כּנסת־ערטער; דעמאָלט איז זי געווען די דריט־גרעסטע פּאַרטיי אינעם פּאַרלאַמענט.

אַחוץ דער טראַדיציאָנעלער ראָלע פֿון אַ רעלאַטיוו־מעסיקן חרדישן פּוסק, האָט עובֿדיה יוסף געשטעלט דעם ציל צו פֿאַראייניקן פֿאַרשיידענע מיטל־מיזרחדיקע און צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדישע עדות אין איין פֿאַראייניקטן „ספֿרדישן‟ בלאָק. די פּאַרטיי „ש״ס‟ האָט געשאַפֿן אַ ברייטע סיסטעם פֿון פֿרומע בילדונג־אינסטיטוציעס, וווּ עס לערנען זיך הײַנט 40,000 תּלמידים. זײַן הכשר „בית־יוסף‟ איז געוואָרן פֿאַר אַ סך ספֿרדישע ייִדן אַ סטאַנדאַרט פֿון כּשרות.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע ספֿרדישע חרדים, וועלכע האָבן אָנגענומען די אַשכּנזישע שוואַרצע מלבושים, האָט עובֿדיה יוסף תּמיד געטראָגן אַ קאָליריקן מיזרחדיקן כאַלאַט און אַ טורבאַן. מיט זײַן טעטיקייט, האָט ער געשטרעבט צו העכערן דעם סטאַטוס פֿונעם נישט־אַשכּנזישן ציבור אין ישׂראל. מנחם פֿרידמאַן, אַן עקספּערט אין די חרדישע ענינים בײַם אוניווערסיטעט פֿון בר־אילן, האָט דערקלערט, אַז דעם פֿאַרשטאָרבענעם רבֿ האָט זיך אײַנגעגעבן צו פּאָפּולאַריזירן די מיטל־מיזרחדיקע ייִדישע טראַדיציעס אין אַ לאַנד, וווּ עס האָבן פֿריִער דאָמינירט דער אַשכּנזישער נוסח פֿון פֿרומקייט. ער האָט אויך געהאָלפֿן די עטיאָפּישע ייִדן; אין פֿאַרגלײַך מיט געוויסע אַנדערע רבנים, האָט ער אָנערקענט זייערע ייִדישע שרשים.

אין די 1990ער און 2000ער יאָרן, האָט „ש״ס‟ זיך באַטייליקט אין דער לינק־געשטימטער קאָאַליציע און געשטיצט די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער. יוסף האָט געהאַלטן, אַז מע מעג אָפּגעבן די שטחים, כּדי צו ראַטעווען די ייִדן פֿון אַ סכּנה. אין די לעצטע יאָרן, איז ער אָבער עטלעכע מאָל אויפֿגעטראָטן מיט שטאַרק סתּירותדיקע געדאַנקען. למשל, אינעם יאָר 2000 האָט ער געמאָלדן, אַז די קרבנות פֿונעם חורבן זענען באַשטראָפֿט געוואָרן פֿאַר די עבֿירות, וואָס זיי זענען באַגאַנגען אין זייערע פֿריִערדיקע גילגולים. אינעם יאָר 2005, האָט ער געזאָגט, אַז די געליטענע פֿונעם הוראַגאַן „קאַטרינע‟ האָבן פֿאַרדינט די שטראָף פֿאַר זייער „גאָטלאָזיקייט‟. אינעם יאָר 2010 האָט ער געמאָלדן, אַז די גויים עקזיסטירן בלויז כּדי צו באַדינען די ייִדן.

עובֿדיה יוסף איז געבוירן געוואָרן אין איראַק, אינעם יאָר 1920; ווי אַ קינד, האָט ער געטראָגן דעם נאָמען אַבדולאַ יוסף. ווען ער איז געווען פֿיר יאָר אַלט, האָט זײַן משפּחה זיך באַזעצט אין ירושלים. בײַ 20 יאָר האָט ער באַקומען זײַן סמיכה און געאַרבעט ווי אַ דיין אין קאַיִר, עגיפּטן, פֿון 1947 ביז 1950. אינעם יאָר 1984 האָט ער געגרינדעט זײַן פּאַרטיי, „ש״ס‟, וואָס פֿאַרנעמט איצט 11 ערטער אין דער כּנסת. זײַן זון, יצחק יוסף, דינט איצט ווי דער ישׂראלדיקער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ.