נישט לאַנג צוריק, האָב איך דיסקוטירט מיט איינעם פֿון מײַנע פֿרומע חבֿרים וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן לינקע באַוועגונגען און ייִדישקייט. ווי דעם וויכטיקסטן אַרגומענט, האָב איך דערמאָנט, אַז דער חסידישער רבי יהודה־לייב אַשלג (אַשלאַג), וועלכער ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דער גרעסטער מקובל פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, איז געווען אַן אַנאַרכיסטיש־געשטימטער קאָמוניסט. דער דאָזיקער רבֿ — וואָס זײַן יאָרצײַט איז אויסגעפֿאַלן דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־כּיפּור — איז געווען אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, ווײַל ער האָט געהאַלטן, אַז די סאָוועטישע מאַכט איז נישט געווען גענוג לינק און האָט פֿאַרראַט די סאָציאַליסטישע אידעאַלן פֿון דער מענטשלעכער גלײַכקייט. אַנשטאָט דעם וועלטלעכן מאַרקסיזם, האָט ער פֿאָרגעלייגט אַן אייגענעם גײַסטיק און פּסיכאָלאָגיש אָריענטירטן „אַלטרויִסטישן קאָמוניזם‟, באַגרינדעט אויף קבלה.
ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אין דער זעלבער תּקופֿה, ווען יהודה־לייב אַשלג (1885—1954) האָט געלעבט, האָבן אַ צאָל פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן פֿאָרגעלייגט ענלעכע שיטות אין אַנדערע רעליגיעזע טראַדיציעס. דער גרויסער אינדישער גורו שרי אָראָבינדאָ האָט קאָמבינירט די הינדויִסטישע עזאָטערישע חכמה מיט לינקע געדאַנקען; זײַן חבֿרטע און תּלמידה מיראַ אַלפֿאַסאַ, אַ ספֿרדישע פֿרוי, האָט געגרינדעט אין אינדיע דאָס שטעטל אָראָוויל, וואָס האָט געזאָלט דינען, לויט איר טרוים, ווי אַ מין אינטערנאַציאָנאַלער קיבוץ. הגם אָראָוויל זעט נאָך אַלץ אויס גענוג ראַדיקאַל, טענהן אַ סך קריטיקער, אַז איצט האָט דער ייִשובֿ זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אומיושרדיקן קאָמערציעלן פּראָיעקט, וווּהין מערבֿדיקע טוריסטן קומען צו פֿאַרווײַלן אויפֿן חשבון פֿון די עקספּלואַטירטע אָרעמע טאַמילישע אַרבעטער.
מיט אַזעלכע פּראָמינענטע שיִיִטישע דענקער, ווי ד״ר אַלי שאַריאַטי און אַיאַטאָלאַ מאַכמוד טאַלעגאַני, איז די מעשׂה אַ סך טרויעריקער. שאַריאַטי, וועלכער ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דער פֿאָטער פֿון דער איראַנישער רעוואָלוציע, האָט געהאָפֿט צו שאַפֿן אין איראַן אַן אידעאַליסטישע סאָציאַליסטישע געזעלשאַפֿט. זײַן פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם „רויטן שיִיִזם‟ איז דורכגעזאַפּט מיט מיסטישע אידעען און לינקע אידעאַלן. שאַריאַטי האָט נישט דערלעבט ביז דער רעוואָלוציע; זײַן מיטדענקער טאַלעגאַני, אַ באַרימטער ראַדיקאַל־לינקער אַיאַטאָלאַ, איז געשטאָרבן בײַ מיסטעריעזע אומשטאַנדן באַלד נאָך דער איסלאַמישער רעוואָלוציאָנערער איבערקערעניש אינעם יאָר 1979; פֿאַרן טויט, האָט ער געוואָרנט, אַז אַנשטאָט אַ פּראָגרעסיווער רעוואָלוציע קײַקלט זיך איראַן אַרײַן אין אַ נײַעם סאָרט דעספּאָטיזם.
רבי יהודה־לייב אַשלג איז ניפֿטר געוואָרן יום־כּיפּור בײַם דאַוונען, אינעם עלטער פֿון 70 יאָר. די צײַטונג „האָרץ‟ האָט אָבער איבערגעגעבן, אויפֿן סמך פֿון פּראָפֿ׳ שלמה־גיורא שוהם, אַז אַשלג האָט געליטן פֿון בלײַ־אָפּסמונג. זײַענדיק אַן אָרעמער אידעאַליסטישער מענטש, האָט ער געדרוקט זײַנע ווערק ממש במסירת־נפֿש, אויף זײַן אייגענעם חשבון, צונויפֿשטעלנדיק אַליין די בלײַענע טיפּאָגראַפֿישע זאַצן; דער שטענדיקער קאָנטאַקט מיטן גיפֿטיקן בלײַ האָט קאַליע געמאַכט זײַן געזונט־מצבֿ.
אַשלג האָט איבערגעלאָזט אַ ריזיקע ירושה. צום מערסטן איז באַקאַנט זײַן פֿולבענדיקער „פּירוש־הסולם‟ אויפֿן זוהר, צוליב וועלכן ער איז באַקאַנט געוואָרן ווי דער „בעל־הסולם‟, און דער „תּלמוד עשׂר ספֿירות‟ — אַ טיפֿער אַרײַנפֿיר אין קבלה. זײַן „פּירוש־הסולם‟ איז געוואָרן ממש אַ יסוד פֿון לימוד־הקבלה אַרום דער וועלט — פֿונעם פּשעוואָרסקער רבין אין אַנטווערפּן, וועלכער האָט איבערגעגעבן, אַז ער קאָן זיך נישט באַגיין אָן אַשלגס ספֿרים, אַזש ביז איראַן, וווּ אַ טייל טעהעראַנער ייִדן לערנען הײַנט אויך דעם „סולם‟.
לעבנדיק אין וואַרשע, פֿלעגט אַשלג זיך באַטייליקן אין ערשט־מײַיִקע אַרבעטער־דעמאָנסטראַציעס. אָנהייב דעם 20סטן יאָרהונדערט, איז עס נישט געווען קיין חידוש צווישן די פֿרומע ייִדן; גאַנצע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט „פּועלי אַגודת-ישׂראל‟ האָבן קאָמבינירט פֿרומקייט מיט סאָציאַליזם.
ווען ער האָט זיך באַזעצט אין יפֿו, אינעם יאָר 1932, האָט אַשלג געפּרוּווט צו גרינדן אַן אייגענעם קבלה־זשורנאַל מיטן נאָמען „האומה‟. בלויז איין נומער איז אַרויס, ווײַל די בריטישע מאַכט האָט גאַנץ ריכטיק באַמערקט, אַז די אויסגאַבע שטעלט דעם צוועק, אַחוץ קבלה, צו פֿאַרשפּרייטן די קאָמוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע, און האָט עס פֿאַרווערט צו פּובליקירן ווײַטער. ער האָט אויך אַקטיוו געשטיצט די קיבוץ־באַוועגונג און זיך כּסדר געטראָפֿן מיט פֿאַרשיידענע סאָציאַליסטישע פֿירער, פּרוּוונדיק זיי צוצוציִען צו זײַן קבלהדיקער ווערסיע פֿון קאָמוניזם.
די פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿון אַשלגס לינקע געדאַנקען, וואָס זענען אָפּגעהיט געוואָרן אין אַ צאָל זײַנע עסייען, פֿאָדערן אַ באַזונדערן אַרטיקל. לאָמיר זיך אָבער אָפּקערן צו אַ געשעעניש, וואָס האָט פּאַסירט מיט עטלעכע טעג צוריק. מאָנטיק, דעם 16טן סעפּטעמבער, איז אין לאָס־אַנדזשעלעס ניפֿטר געוואָרן הרבֿ שרגא־פֿײַוול (פֿיליפּ) בערג, דער גרינדער פֿונעם סקאַנדאַליעז־באַרמיטן אינטערנאַציאָנאַלן „קבלה־צענטער‟, וועלכער האָט פֿאַרוואַנדלט די ייִדישע עזאָטערישע חכמה אין אַ ריזיקער קאָמערציעלער קאָרפּאָראַציע מיט אַ קאַפּיטאַל פֿון הונדערטער מיליאָן דאָלאַר. איצט ווערט עס אָנגעפֿירט דורך דער אַלמנה און זון פֿונעם גרינדער, קערען און יהודה בערג.
דער „קבלה־צענטער‟ שטעלט זיך פֿאָר ווי אַ גײַסטיקער יורש פֿון רבי יהודה־לייב אַשלג און קאָנקורירט מיט אַן אַנדער ריזיקער קאָרפּאָראַציע, אָנגעפֿירט דורך מיכאל לײַטמאַן, אַ רוסיש־רעדנדיקער ייִד, וועלכער וווינט אין ישׂראל און האָט געשאַפֿן אַרום זיך אַן אינטערנאַציאָנאַלע סעקטע פֿון נעאָ־קאַבאַליסטן. לײַטמאַנס גרופּע האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַן אויסטערלישן קולט, וואָס גלייבט, אַז בלויז זייער רבי פֿאַרשטייט די אמתע קבלה. אַשלגס אייניקלעך, פֿון זייער צד, פֿירן זיך ווי טיפּישע חסידישע רביס; הגם זיי שטעלן אויך אַ טראָפּ אויף קבלה־שטודיעס, האַלטן זיי קעגן לײַטמאַנס און בערגס טעטיקייט.
ווי אַזוי איז געשען, אַז דער נאָמען פֿון אַ ראַדיקאַל־לינקן אָרעמען רבין ווערט הײַנט אַסאָציִיִרט מיט בפֿירושע קאַפּיטאַליסטישע געשעפֿטן, וואָס פֿירן זיך צו אַגרעסיוו און קאָמערציעל אַפֿילו לויט די מערבֿדיקע קאָרפּאָראַטיווע סטאַנדאַרטן? דער ענטפֿער איז גאַנץ פּשוט. ביידע גרופּעס האָבן אויסגעקליבן פֿון אַשלגס תּורה איין עלעמענט, וואָס האָט זיי דערמעגלעכט אויפֿצושטעלן אַזעלכע ריזיקע קאַפּיטאַליסטישע אונטערנעמונגען — דהײַנו, דעם פּרינציפּ פֿון אינטערנאַציאָנאַליזם. ס׳רובֿ בערגס און לײַטמאַנס תּלמידים זענען נישט קיין ייִדן, דערפֿאַר האָט זיך זיי אײַנגעגעבן צוציִען אַ פֿיל־מיליאָניקן ציבור.
אין פֿאַרגלײַך מיט די „לײַטמאַניסטן‟, זעט נישט אויס בערגס קבלה־קאָרפּאָראַציע ווי אַ טאָטאַליטאַרער קולט. אַדרבה, דאָס איז אַן אָפֿענע אָרגאַניזאַציע, וואָס ציט צו אַזעלכע פֿאַרשיידנאַרטיקע פּערזענלעכקייטן, ווי די „פּאָפּ‟־זינגערין מאַדאָנאַ און סעראַ מאַרגאַרעט, די גראַפֿיניע פֿון יאָרק, ענגלאַנד. וואָס מער געלט מע האָט, אַלץ טיפֿער קאָן מען זיך אָנשליסן אין דער טעטיקייט פֿונעם „קבלה־צענטער‟. ווער ס׳האָט די מאה, דער האָט די דעה…
ס׳איז טרויעריק צו זען, ווי אַשלגס אידעאַליסטישע געדאַנקען וועגן דער סאָציאַליסטישער ברידערשאַפֿט פֿון פֿעלקער האָבן זיך נתגלגל געווען אין צווייפֿלהאַפֿטיקע קאָרפּאָראַטיווע געשעפֿטן. די עיקר־טענה קעגן דעם „קבלה־צענטער‟ אין די פֿרומע קרײַזן באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס דאָרטן לערנען זיך פֿרויען און גוים. יעדעס מאָל, ווען מאַדאָנאַ טרעט אויף מיט קאָנצערטן אין ישׂראל, הייבט זיך אָן אַ מהומה צווישן די רבנים, וואָס טענהען, אַז די זינגערין, זײַענדיק אַ שיקסע, טאָר נישט לערנען די הייליקע ייִדישע חכמת־הקבלה. אין דער זעלבער צײַט, אין סתּירה מיט זייערע אייגענע ווערטער, דערקלערן די זעלבע טוער, אַז אין בערגס אָרגאַניזאַציע לערנט מען בלויז שטותים, וואָס האָבן נישט קיין שײַכות צו דער אמתער קבלה. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס זאָל אַ גוי דאָס נישט לערנען?
צי האָבן די טראַדיציאָנעלע מקובלים טאַקע קיינמאָל נישט אָנגענומען קיין נישט־ייִדישע תּלמידים? ניין. אַדרבה, דער „קבלה־צענטער‟ האָט טאַקע ריכטיק פֿאַרשטאַנען יהודה־לייב אַשלגס אַלמענטשלעכן אוניווערסאַלן צוגאַנג, וועלכער שטימט מיט אַ צאָל פֿריִערדיקע פּרעצעדענטן, אָנהייבנדיק פֿון דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה. דאָס איז, אָבער, שוין אַ טעמע פֿאַר אַן אַנדער אַרטיקל.
(שײַכותדיקע אַרטיקלען: חב״ד: נע־ונד צווישן פּראָגרעס און פֿאַשיזם, ייִדישער סאָציאַליזם און “זעלבסט-שׂינאה”)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.