פֿאַרבלענדט דורך רעליגיעזע דעפֿיניציעס

Skewed by Religious Definitions


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 10, 2013, issue of October 25, 2013.

איך קער זיך נאָך אַ מאָל אום צו דעם אויספֿרעג, דורכגעפֿירט לעצטנס צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. ווי איך האָב שוין געשריבן, חידושט מיך, אַז מע געפֿינט אין אים עפּעס אַזוינס, וואָס עס ווײַזט כּלומרשט אָן אויף אַ ניט-געזונטן צושטאַנד פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִשובֿ. מיר שײַנט, אַז דער אויספֿרעג ווײַזט, קודם-כּל, אויף אַ מאָדנעם און אַפֿילו פֿאַרקריפּלטן אימאַזש, וואָס די „אויספֿרעגער‟ האָבן געהאַט וועגן דעם אָביעקט פֿון זייער פֿאָרשונג.

ווען איך בין געווען אַ פֿופֿצן יאָר אַלט, האָט מײַן מאַמע מיך געשיקט צו אַ זייגער-מאַכער, וואָס האָט געהאַט אַ וואַרשטאַט ניט ווײַט פֿונעם טויער אין דעם “גרויסן מאַרק” פֿון אונדזער שטאָט. בײַ אונדז איז דעמאָלט קאַליע געוואָרן אַ וואַנט-זייגער. האָט דער מײַסטער, אַ שטיקל לץ, מיר געגעבן אַ מײַסטער-קלאַס פֿון ייִדישקייט. ער, אַן עלטערער געלער ייִד, האָט בײַ מיר געפֿרעגט: „ביסטו אַ ייִד?‟ האָב איך אים געענטפֿערט, אַז אַוודאי בין איך אַ ייִד. „טאָ פֿאַר וואָס זעסטו ניט אויס אַזוי ווי איך?‟

די „אויספֿרעגער‟ האָבן אויך ניט אַזוי געפֿאָרשט, ווי געמאָסטן ייִדן לויט זייער סטאַנדאַרט: צי זיי זײַנען אַזעלכע „געלע‟, ווי מע וויל זיי זען? און טאָמער ניט — איז פֿאַרפֿאַלן!

הערט זיך אײַן: 62 פּראָצענט רעספּאָנדענטן האָבן געזאָגט, אַז זיי פֿאַרשטייען ייִדישקייט ווי אַ ביאָלאָגישע און אַ קולטורעלע זאַך. אָבער דער אויספֿרעג גיט אונדז ניט קיין שום אינפֿאָרמאַציע (מע האָט פּשוט ניט געשטעלט אַזעלכע פֿראַגעס!), וואָס מע פֿאַרשטייט ווי „קולטור‟?

ס’איז קלאָר, אַז די אויסגעפֿרעגטע האָבן געהאַלטן פֿאַר קולטור ניט בלויז די ייִדישע מאכלים. מיר ווייסן עס, ווײַל ס‘איז דווקא יאָ געווען די פֿראַגע וועגן עסן, און בלויז 14 פּראָצענט האָבן עס אָנגערופֿן ווי אַ וויכטיקן סימן-מובֿהק פֿון ייִדישקייט. טאָ וואָס זשע נאָך? צו זינגען ייִדישע לידער? צו לייענען באַשעוויס-זינגערן און שלום-עליכמען? צו לייענען אַ ייִדישע צײַטונג? צו קענען אַ ייִדישע שפּראַך? דאָס האָט מען ניט געפֿרעגט, און קיין ענטפֿערס האָבן מיר ניט. מיט אַנדערע ווערטער, די צונויפֿשטעלער פֿונעם אויספֿרעג האָבן זיך פּשוט באַנאַרישט און אונדז צוגעטראָגן אַ האַלב-געבאַקענעם פּסק־דין.

איצט וועגן די געוואַלד-געשרייען, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן ווערן „פֿרײַדענקענדיקע‟ און אַז דאָס וועט ברענגען אַ סוף דעם ייִדישן ייִשובֿ. אָט האַלט איך פֿאַר מײַנע אויגן אַן אַרטיקל, געדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟ דעם 18טן דעצעמבער 1949. דער מחבר איז יעקבֿ לעשצינסקי, אַן אָנגעזעענער אַנאַליטיקער פֿון ייִדישן לעבן, אַ פֿירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דעם ייִוואָ-אינסטיטוט און אַ לאַנג־יאָריקער „פֿאָרווערטס‟-שרײַבער. ער טענהט אין זײַן אַרטיקל, אַז אין יענע יאָרן גייען „נאָר אַרום 25 פּראָצענט פֿון אַלע דערוואַקסענע ייִדן יום-כּיפּור אין שיל אַרײַן‟.

אין אַן אַנדער אַרטיקל, געדרוקט דעם 1טן יאַנואַר 1950, שרײַבט לעשצינסקי, אַז „דער איבעררײַס צווישן שחרית און מוסף יום-כּיפּור אין אַלע שילן, חוץ אין די אָרטאָדאָקסישע, איז אין דער אמתן אַ לאָנטש-הפֿסקה. מען גייט אַהיים אָדער אין אַ רעסטאָראַן זיך אונטערלענען ס’האַרץ און מ’גייט ווידער אין שיל אַרײַן כאַפּן אַ קוק אין מחזור.‟ אַזוינס זע איך ניט הײַנט אַפֿילו אין דער „רוסישער געגנט‟ פֿון ניו-יאָרק, אין ברײַטאָן-ביטש, וווּ אַלע רעסטאָראַנען און ס’רובֿ געשעפֿטן זײַנען פֿאַרמאַכט אין דעם טאָג. רעסטאָראַנען עפֿנט מען נאָר אויף דער נאַכט, שוין נאָך יום-כּיפּור.

איך האָב ניט קיין סטאַטיסטיק, אָבער עס זעט אויס, אַז הײַנטיקע טעג זײַנען בר-מיצוות מער פֿאַרשפּרייט ווי, אַ שטייגער, אין די 1930ער יאָרן. אָנהייב 1940ער יאָרן האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אַ סך געשריבן וועגן דעם, אַז דער דאָזיקער מינהג ווערט אויפֿגעלעבט (!), און אייניקע לייענער זײַנען מיט דער דאָזיקער אויפֿלעבונג געווען לחלוטין ניט צופֿרידן. אין קורצן וועט אַרויסגיין אַן אַקאַדעמישער אַרטיקל, וואָס איך האָב אָנגעשריבן צוזאַמען מיט אַ דאָקטאָראַנט פֿון סאָציאָלאָגיע, וווּ מיר אַנאַליזירן דעם דאָזיקן „בר-מיצווה‟-פֿענאָמען פֿון יענער צײַט.

מיט דרײַ און צוואַנציק יאָר צוריק בין איך צום ערשטן מאָל געקומען קיין ניו-יאָרק, אויף אַ צונויפֿקומעניש פֿון דעם „אַרבעטער-רינג‟. האָט מיר דעמאָלט איינער פֿון די מיטגלידער געזאָגט, אַז סײַ אין זײַן משפּחה סײַ אַרום זיך האָט ער געזען אַזאַ טראַנספֿאָרמאַציע: די עלטערן זײַנען געווען קאָמוניסטן, די קינדער — סאָציאַליסטן, און די אייניקלעך — פֿרומע ייִדן. אַזאַ בילד זעט מען ניט צום ערשטן מאָל: עפּעס (פֿרומקייט צי וועלטלעכקייט) גייט צײַטווײַליק באַרג אַראָפּ און דערנאָך באַרג אַרויף. צום באַדויערן, האָט דער אויספֿרעג אונדז געגעבן זייער אויבערפֿלעכלעכע, צופֿעליקע פּרטים וועגן דעם דאָזיקן פּראָצעס.