נאָך צענדליקער יאָרן פֿון האַרבע שפּראַך־געזעצן און ממשותדיקער עמיגראַציע, האָט די ייִדישע קהילה אין קוועבעק די וואָך באַקומען אַ שטיקל גוטע נײַעס: לויט דעם קאַנאַדער צענזוס פֿון 2011, איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין קוועבעק נישט געפֿאַלן אַזוי שטאַרק ווי מע האָט געמיינט.
איידער מע האָט אַרויסגעלאָזט די רעזולטאַטן פֿונעם צענזוס, האָט די מאָנטרעאָלער ייִדישע פֿעדעראַציע געהאַט געמאָלדן, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג באַטרעפֿט הײַנט 88,500 נפֿשות. לויטן צענזוס שטייט עס אָבער בײַ 91,000.
פֿון דעסטוועגן, איז דאָס אַ גרויסע ירידה ווײַל אינעם יאָר 1971 האָבן אין קוועבעק נאָך געוווינט 120,000 ייִדן.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 40 יאָר האָט די מאָנטרעאָלער קהילה, ס׳רובֿ פֿון זיי — ענגליש־רעדער — געמוזט אויסשטיין געזעצן, וואָס פֿאָדערן, אַז אַלע עפֿנטלעכע שילדן זאָלן זײַן בלויז אויף פֿראַנצויזיש, און לעצטנס האָט די „קוועבעקער פּאַרטיי‟ פֿאָרגעלייגט אַ „סטאַטוט פֿון קוועבעקער ווערטן‟, וואָס פֿאַרווערט דאָס טראָגן רעליגיעזע חפֿצים אין די עפֿנטלעכע ערטער; מיט אַנדערע ווערטער, קיין שטאָטישער אַרבעטער טאָר נישט טראָגן קיין יאַרמלקע, טורבאַן, הידזשאַב אָדער אַ גרויסן צלם. דאָס געזעץ איז חל אויף אַלע שטאָט־באַאַמטע, ריכטער, דאָקטוירים, קראַנקן־שוועסטער, פּאָליציאַנטן און לערער.
„דאָס איז הײַנט אַן אומגעהערטע זאַך בײַ אַ פּאָליטישער אויטאָריטעט אין צפֿון־אַמעריקע,‟ האָט דערקלערט ד״ר מאָרטאָן ווײַנפֿעלד, אַ סאָציאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אין מאַק׳גיל־אוניווערסיטעט. „אויב איינער איז אַ פֿרומער ייִד, מוסולמענער אָדער סיך, איז קוועבעק אפֿשר נישט דאָס ריכטיקע אָרט פֿאַר אים.‟
דער סטאַטוט פֿון דער „קוועבעקער פּאַרטיי‟ איז פֿאַרדאַמט געוואָרן איבער קאַנאַדע, ווי קסענאָפֿאָביש און נישט־קאָנסטיטוציאָנעל. סײַ דער „צענטער פֿון ישׂראלדיקע און ייִדישע ענינים אין קוועבעק‟, סײַ „בני־ברית קאַנאַדע‟ האָבן אויסגעדריקט אַ שטאַרקן פּראָטעסט קעגן דעם. אַפֿילו דער „מאָנטרעאָלער ייִדישער שפּיטאָל‟ האָט עס שאַרף קריטיקירט.
צווישן 30,000 און 40,000 ייִדן האָבן שוין פֿאַרלאָזט קוועבעק נאָך דעם ווי די „קוועבעקער פּאַרטיי‟ איז געקומען צו דער מאַכט אין 1976. אַ סך זענען געבילדעטע יונגע לײַט, וועלכע האַלטן, אַז די „בלויז־פֿראַנצייזיש‟ געזעצן זענען אומטאָלעראַנט, און אַפֿילו אַנטיסעמיטיש.
די אימיגראַציע פֿון די ספֿרדישע ייִדן פֿון פֿראַנצייזיש־רעדנדיקע לענדער און די הויכע געבורטיקייט פֿון דער אָרטיקער חסידישער קהילה האָבן, צום טייל, אויסגעגלײַכט די ירידה פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און גלײַכצײַטיק צוגעגעבן אַ מער מיטל־מיזרחדיקן טעם דער ייִדישער קהילה.
במשך פֿון די 20 יאָר נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה אין 1967, האָבן אין קוועבעק זיך באַזעצט, צום ווייניקסטן, 15,000 פֿראַנצייזיש־רעדנדיקע צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן, וועלכע האָבן זיך, אַ פּנים, בעסער צוגעפּאַסט צו דער קוועבעקער סבֿיבֿה, ווי די ענגליש־רעדנדיקע אַשכּנזים. טשאַרלס שחר, אַ פֿאָרש־קאָאָרדינירער בײַ דער פֿעדעראַציע, שאַצט, אַז עס וווינען הײַנט אין מאָנטרעאָל אַרום 21,000 ספֿרדים — בערך אַ פֿערטל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
אַ צווייטער סעקטאָר, וואָס וואַקסט כּסדר, איז דער חרדישער, וועלכער באַטרעפֿט איצט צווישן 15,000 און 16,000 נפֿשות — בערך 17% פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. שחר האַלט, אַז די דעמאָגראַפֿיק וועט יעדע 15־20 יאָר אפֿשר פֿאַרטאָפּלט ווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.