דער רעזשיסאָר יורי כאַרמעלין פֿירט שוין אָן מיט זײַן טעאַטער אין קעשענעוו אויף דער „רויזן־גאַס‟ 35 יאָר. דווקא אין יענער צײַט, ווען אינעם פֿאַרגליווערטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט זיך דאָס לעבן ווי אָפּגעשטעלט, איז געבוירן געוואָרן די יוגנטלעכע טעאַטער־סטודיע, וואָס האָט גאָר אין גיכן צוגעצויגן צו זיך דעם אויפֿמערק פֿון דער אָרטיקער אינטעליגענץ סײַ וואָס שייך דעם רעפּערטואַר און סײַ דעם עקספּערימענטאַלן אופֿן פֿון אויפֿצופֿירן און שפּילן.
הײַנט איז דער טעאַטער אַ רײַפֿע אינסטיטוציע, מיט אַן אייגענעם בנין און טעאַטער־סטודיע, וואָס עקזיסטירט בײַם רוסישן טעאַטער־ליציי. די פֿאָרשטעלונגען ווערן געשפּילט בײַ פֿולע זאַלן, און דער טעאַטער האָט זיך שוין נישט איין מאָל באַטייליקט אין פֿאַרשידענע אינטערנאַציאָנאַלע פֿעסטיוואַלן אויסער מאָלדאָווע, ווי אויך אינעם יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון קאַמער־פֿאָרשטעלונגען, וואָס כאַרמעלין האָט אים געגרינדעט אין קעשענעוו.
אַ וויכטיק אָרט אויף דעם אַפֿיש פֿונעם טעאַטער פֿאַרנעמען פּיעסעס מיט אַ ייִדישן אינהאַלט. אַ טאַטנס אַ זון, האָט יורי פֿון קליינערהייט אָן אײַנגעזאַפּט די קלאַנגען פֿון די קעשענעווער ייִדישע גאַסן, וווּ ער איז געוואַקסן. ווי ער זאָגט עס אַליין, איז דאָס זײַן אַ ייִד „אַ גורלדיקע זאַך. און אויב מיר איז באַשערט געווען צו געבוירן ווערן אַ ייִד, האָב איך זיך באַמיט אין מײַן אַרבעט צו דערנענטערן מײַנע מיטצײַטלער, אַקטיאָרן און סטודענטן צו אָט דעם ייִדישן גורל. דעריבער האָט די ייִדישע טעמע זיך באַוויזן שוין אין די ערשטע פֿאָרשטעלונגען פֿון מײַן טעאַטער.‟
אין 1988 איז כאַרמעלין געווען צו גאַסט בײַ זײַנע פֿרײַנד אין אַמעריקע. פֿון דאָרט האָט ער געבראַכט צוויי פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס — „אַ שיין מיידל‟ פֿון באַרבאַראַ לייבאָו און „דער חזן‟ פֿון אײַראָן לעווין. ווי דער רעזשיסאָר האָט מיר דערציילט, האָט אים פֿון אַלע פֿאָרשטעלונגען, געזען אויף בראָדוויי, איבערראַשט דער מיוזיקל „אַ שיין מיידל‟. „ס‘איז אַ רירנדיקע געשיכטע, ווי נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אין ניו־יאָרק זיך פֿאַראייניקט אַ ייִדישע משפּחה. די מיטגלידער פֿון דער צעצווײַגטער משפּחה האָבן עמיגרירט פֿון פּוילן קיין אַמעריקע אין פֿאַרשיידענע צײַטן; יעדער דערציילט וועגן זײַן פּעקל פֿרייד און לייד, וועגן די יאָרן, איבערגעלעבט אין דער געטאָ אָדער אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער; וועגן די אומגעקומענע און אומגעבראַכטע; וועגן דעם גליק זיך צו טרעפֿן צוזאַמען און זיך דערוויסן, אַז דער אָדער יענער קרובֿ לעבט, כאָטש מ‘האָט אים שוין לאַנג געהאַלטן פֿאַר אַ נישט־דאָיִקן…‟
די פּיעסע האָט אַזוי באַגײַסטערט דעם יונגן רעזשיסאָר, אַז ער האָט זי אַליין איבערגעזעצט פֿון ענגליש אויף רוסיש און גאָר אין גיכן אויפֿגעפֿירט בײַ זיך אין טעאַטער. צום ערשטן מאָל אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט מען געוויזן די פּיעסע „אַ שיין מיידל‟, און מיט איר איז דער טעאַטער אַרומגגעפֿאָרן איבער שטעט, אַרײַנגערעכנט מאָסקווע, קיִעוו, אָדעס. דער טעאַטער „אויף רויזן־גאַס‟ איז פֿאַרבעטן געוואָרן אויפֿצוטרעטן אין אַמעריקע און דענמאַרק; אָבער ווי זאָגט מען, דאָס מזל האָט צוגעשפּילט מיט דער פּוטער אַראָפּ. אין די אָנהייב 1990ער איז דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זיך צעפֿאַלן, און צוזאַמען מיט דעם האָט אויך געפּלאַצט דער שיינער אַמעריקאַנער חלום פֿון דער טעאַטער־טרופּע. אָבער די פֿאָרשטעלונג ווערט געשפּילט ביז הײַנט און מיט פֿאַרשידענע אַקטיאָרן פֿון כאַרמעלינס טעאַטער.
מע האָט אויך אויפֿגעפֿירט שלום־עליכמס „בלאָנדזשענדיקע שטערן‟, געווידמעט דעם קעשענעווער ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר ראבֿן לווין. אַליין אַ תּלמיד פֿון „מיכאָעלסעס חדר‟, האָט ער אין די 1960ער יאָרן, צוזאַמען מיטן ייִדישן שרײַבער מאָטל סאַקציער, געגרינדעט אין קעשענעוו דעם ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער. במשך פֿון 10 יאָר האָט דער טעאַטער אַרײַנגעבראַכט אינעם „אינטערנאַציאָנאַלן‟ לעבן פֿון דער שטאָט אַ ייִדישן נוסח. דער טעאַטער האָט זיך אַליין פֿונאַנדערגעלאָזט נאָך די אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן פֿון דער שטאָטישער מאַכט, און באַזונדערס נאָכן אומדערוואַרטן טראַגישן טויט פֿון ראבֿן לווין. פֿאַקטיש איז עס געשען בײַ די זעלבע אומשטענדן, ווי ס‘האָט פּאַסירט מיט זײַן לערער, שלמה מיכאָעלס. אַן אויטאָ איז אים איבערגעפֿאָרן אויף טויט, דווקא אינעם זעלבן טאָג, ווען ער האָט באַקומען אַ דערלויבעניש אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל.
אַ סך אינטערעסאַנטע אײַנפֿאַלן האָט מען געקאָנט זען אין כאַרמעלינס אויפֿפֿירונג פֿון דעם באַקאַנטן קלאַסישן ווערק. אַ באַזונדערע עמאָציאָנעלע פֿונקציע אין דער פֿאָרשטעלונג האָט געשפּילט די מוזיק — אויסצוגן פֿון גאָלדפֿאַדענס „כּישוף־מאַכערין‟, חזנישע ניגונים פֿון שלמה קאַרליבאַך, ווי אויך לידער, געזונגען פֿון נחמה ליפֿשיץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.