דעם 25סטן סעפּטעמבער, אינעם יאָר 2003, איז אין ניו־יאָרקער געשטאָרבן דער פּראָמינענטער פּאַלעסטינער סאָציאַל־פּאָליטישער טוער און ליטעראַטור־קריטיקער עדוואַרד סאַיִד. צום מערסטן איז ער באַרימט געוואָרן פֿאַר זײַן שאַרפֿער קריטיק פֿון אָריענטאַליזם — די מערבֿדיקע סטערעאָטיפּן וועגן דעם מיטל־מיזרח און אַזיע. זײַנע ווערק ווערן באַטראַכט צווישן די עיקר־יסודות פֿון פּאָסט־קאָלאָניאַלע קריטישע פֿאָרשונגען.
דער קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ סאַיִד האָט געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר, האָט הײַיאָר דעם 23סטן סעפּטעמבער דורכגעפֿירט אַן אונטערנעמונג אין אָנדענק פֿון אים. הגם אויף דער וועבזײַט פֿונעם אוניווערסיטעט האָט מען אַנאָנסירט, אַז די אונטערנעמונג וועט זײַן אומזיסט און אָפֿן פֿאַר אַלעמען, האָט דער וועכטער מיך נישט אַרײַנגעלאָזט, טענהנדיק, אַז כ‘האָבן פֿאַרשפּעטיקט אויף עטלעכע מינוט. די זעלבע מעשׂה איז געשען מיט נאָך אַ צאָל מענטשן.
שפּעטער האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיטן פּראָפֿעסאָר ראַשיד כאַלידי, וועלכער איז באַקאַנט ווי סאַיִדס ממלא־מקום און פֿירט אָן מיטן „אינסטיטוט פֿונעם מיטל־מיזרח‟ בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט. כאַלידי, וועלכער איז אויפֿגעטראָטן מיט אַן אַרײַנפֿיר־רעדע בײַ דער אָנדענק־אונטערנעמונג אינעם אוניווערסיטעט, האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַרן אינצידענט און געזאָגט, אַז ער הייבט נישט אָן צו וויסן, פֿאַרוואָס די וואַכט האָט נישט אַרײַנגעלאָזט די פֿאַראינטערעסירטע צוהערער.
בײַ מיר האָט זיך אָבער געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז די אוניווערסיטעט־אַדמיניסטראַציע האָט בכּיוון נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן אַ לעקציע, וואָס האָט צו טאָן מיט אַ דענקער, וועלכער איז געווען באַקאַנט ווי אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון דער אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער פּאָליטיק. כאַלידי האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט אויך נישט ווייניק געליטן פֿון פֿאַרשיידענע פּאָליטישע רדיפֿות.
בקיצור, האָט די אוניווערסיטעט־אַדמיניסטראַציע, אַפּנים, נישט געוואָלט אַרויסרופֿן אַ קאָנטראָווערסיע און בכּיוון דורכגעפֿירט די אונטערנעמונג אויף אַ האַלב־פֿאַרמאַכטן אופֿן. מילא, בין איך אַראָפּגעגאַנגען אין דער ביכערקראָם בײַם אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך אינעם זעלבן בנין.
צוויי דיקע ביכער אין דער רעליגיע־סעקציע האָבן זיך געוואָרפֿן אין די אויגן: דאָס בוך פֿון ראָבערט ספּענסערס קריטיק פֿון איסלאַם, וווּ אַ גאַנצער קאַפּיטל איז געווידמעט דעם מחברס שׂינאה צו עדוואַרד סאַיִדן; און דאָס בוך פֿון יוסף טעלושקין וועגן יסודות פֿון ייִדישקייט.
אין דער ייִדישער וועלט ווערט סאַיִד אַסאָציִיִרט מיט זײַן פּראָ־פּאַלעסטינער אַנאַליז פֿונעם מיטל־מיזרחדיקן קאָנפֿליקט. זײַן עיקר־ירושה איז אָבער די חידושדיקע מעטאָדאָלאָגיע, וואָס דערמעגלעכט צו אַנטדעקן און אַנטקרוינען פֿאַרשיידענע קולטורעלע סטערעאָטיפּן. סאַיִד האָט סיסטעמאַטיש געוויזן, ווי ברייט עס זענען אין דער מערבֿדיקער וועלט פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע סנאָבישע און ראַסיסטישע קוקווינקלען אויף די מיזרחדיקע קולטורן. זײַן צוגאַנג האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אין דער וועלט. סאַיִדס קריטיק העלפֿט אויך צו באַמערקן און אַנאַליזירן אַנדערע מינים סטערעאָטיפּן — למשל, לגבי די לענדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס ווערן אָפֿט געשילדערט אין דער מערבֿדיקער וועלט ממש ווי אַ קאַריקאַטור.
אויפֿן שער־בלאַט פֿון סאַיִדס „אָריענטאַליזם‟ ווערט געוויזן זשאַן־ליאָן זשעראָמס ראָמאַנטיש בילד פֿון אַ נאַקעטער אַראַבישער בויך־טענצערין, אַרומגעוויקלט מיט אַ שלאַנג, וואָס פֿאַרווײַלט אַ גרופּע מענער אין לאַנגע, טונקעלע מלבושים. אינעם בוך, ווענדט סאַיִד אָן אויף אַזעלכע אימאַזשן זײַן „שווערע אַרטילעריע‟ פֿון פֿילאָסאָפֿישע און היסטאָרישע אַרגומענטן. דער אויספֿיר איז אָבער גאַנץ פּשוט: די פֿראַנצויזן אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן ליב געהאַט אַזעלכע עראָטישע פֿאַנטאַזיעס וועגן דעם „געהיימנישפֿולן מיזרח‟, צוליב דער קאָלאָניאַלער תּאווה אַרײַנצופֿירן די אייראָפּעיִשע מאַכט אין אַלע ספֿערעס פֿון זייערע קאָלאָניעס, בתוכם די אינטימסטע.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אין דעם, קאָן מען אָנווענדן סאַיִדס קריטישע מעטאָדן אויף דעם, ווי ס‘ווערט באַטראַכט מצד דעם מערבֿ די ייִדישע קולטור. סאַיִד אַליין האָט שוין געשריבן וועגן דעם. אין זײַן בוך „פֿרויד און דער נישט־אייראָפּעער‟, דעקאָנסטרויִרט ער דעם מערבֿדיקן מאָדעל פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „ייִדיש־קריסטלעכער ציוויליזאַציע‟ און דערמאָנט, אַז ייִדישקייט האָט זיך אָנגעהויבן פֿון משה רבינו און איז היסטאָריש פֿעסט פֿאַרבונדן מיט מצרים און מיטל־מיזרח.
ווען עס גייט אַ רייד וועגן די מיזרחדיקע ייִדישע עדות, איז עס גאַנץ באַשײַמפּערלעך; אַוודאי, איז נאַריש צו פֿאַררעכענען ווי אַ טייל פֿון דער „ייִדיש־קריסטלעכער ציוויליזאַציע‟, די תּימנער אָדער איראַקער ייִדן, וועלכע האָבן, ביז לעצטנס, כּמעט נישט געהאַט קיין קאָנטאַקט מיט די קריסטן. די קולטור פֿון די אַשכּנזישע ייִדן איז אָבער אויך, בדרך־כּלל, ווײַט פֿון דער מערבֿדיקער אייראָפּע. מע קאָן זי בעסער פֿאַרגלײַך מיט דער רוסישער קולטור, וווּ די מערבֿדיקע און מיזרחדיקע עלעמענטן זענען טיף צונויפֿגעפֿלאָכטן. ייִדן, אַ דאַנק דער מיטל־מיזרחדיקער תּנ״כישער געשיכטע, דער פּערסיש־בבֿלישער גמרא און די טערקישע מוזיקאַלישע השפּעות, זענען אָבער אַ סך „מיזרחדיקער‟, ווי די רוסן.
זינט דער השׂכּלה־תּקופֿה, דינען די פֿאַרקריפּלטע קאַריקאַטורישע אימאַזשן פֿונעם ייִדישן לעבן ווי אַן אויסדרוק פֿון אַן אינערלעכער תּאווה צו „קאָלאָניזירן‟ ייִדישקייט, וואָס קומט אַרויס פֿון די אַסימילאַטאָרישע קרײַזן. הגם בײַ די אַשכּנזישע ייִדן זענען נישט געווען קיין נאַקעטע בויך־טענצערינס, קאָן מען באַמערקן דאָ אויך אַ געוויסן עראָטישן עלעמענט. נישט ווייניק אַמעריקאַנער, אַרײַנגערעכנט ענגליש־רעדנדיקע ייִדן, גלייבן, אַז די חסידישע פּאָרפֿעלקער פֿאַרנעמען זיך מיט סעקס, כּלומרשט, דורך אַ לאָך אין אַ לײַלעך. יעדער סעקסועלער סקאַנדאַל אין די חסידישע קהילות רופֿט אַרויס אַ גאַנצע מהומה מיטן רופֿן צו צווינגען די חסידים אָנצונעמען דעם „ציוויליזירטן‟ אַמעריקאַנער לעבנס־שטייגער. פֿאַר אַ סך מענטשן זעט אויס די חסידישע וועלט געהיימנישפֿול, עקזאָטיש און, ממילא, עראָטיש צוציִעוודיק, הגם דערווײַל האָט קיין קינסטלער, דאַכט זיך, נאָך נישט אָנגערירט די טעמע פֿון „געלכערטע לײַלעכער‟.
דאָס איז בלויז איין עלעמענט פֿונעם סטערעאָטיפּישן כּמו־קאָלאָניאַלן קוק. אינעם ניו־יאָרקער „בעטערי־פּאַרק‟ אין נידער־מאַנהעטן, בײַם אָקעאַנישן ברעג, שטייט אַ סקולפּטור, וואָס ווײַזט, ווי די אָרעמע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע קומען אָן קיין אַמעריקע, שטייענדיק אויף די קני און באַדאַנקענדיק „די גאָלדענע מדינה‟. לעבן דעם דאָזיקן מאָנומענט שטייט אַ ריזיקע סטאַטוע פֿון אַן אָדלער, וואָס סימבאָליזירט די מעכטיקע אַמעריקאַנער אימפּעריע. די דאָזיקע קאָמפּאָזיציע שטעמפּלט אָפּ דעם סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָבן געהאַט אַ מעגלעכקייט בלויז צו זיצן מיט אַ פֿידל אויפֿן דאַך, כּמעשׂה־האָליוווּד, אָבער דאָ, אין אַמעריקע, זענען זיי שוין אויסגעמענטשלט געוואָרן: אויסגעלערנט ענגליש, געוואָרן עכטע פֿאַרמעגלעכע אַמעריקאַנער און אָפּגעוואָרפֿן די אַלטע שטעטלדיקע שטותים…
ווי אַ פּראַקטישער מוסטער, קאָן מען אַרײַנקוקן אינעם דערמאָנט בוך וועגן ייִדישקייט, וואָס איך האָב געטראָפֿן אויף טראַף אין דער ביכערקראָם בײַם אוניווערסיטעט. יוסף טעלושקין, אַ באַקאַנטער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, האַלט אין איין זינגען שירה דער אַמעריקאַנער האַלב־אַסימילירטער ווערסיע פֿון ייִדישקייט. די סאַטמאַרער חסידים זענען, לויט אים, אַזוי ווײַט פֿון ייִדישקייט, ווי די „שלאַנג־באַשווערער פֿון געוויסע סעקטעס אין מערבֿ־ווירדזשיניע‟, וואָס זענען גאָר ווײַט פֿונעם נאָרמאַלן קריסטנטום. ווען מע לייענט זײַן בוך, שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז דער מחבר אַליין איז בעסער באַקאַנט מיט די אַמעריקאַנער קריסטלעכע סעקטעס, ווי מיט די חסידישע ייִדן.
ייִדיש האָט פֿאַר אים בלויז אַזאַ ראָמאַנטישן טעם, ווי דאָס דערמאָנטע פֿראַנצויזיש בילד פֿון אַ נאַקעטער אַראַבישער פֿרוי מיט אַ שלאַנג. אין זײַן בוך דערקלערט ער, אַז ס׳איז נישט ריכטיק צו רופֿן ייִדיש „Jewish‟, ווײַל אַזאַ שפּראַך האָט געקאָנט עקזיסטירן בלויז אין אַזעלכע לענדער, וווּ עס האָט געבושעוועט אַנטיסעמיטיזם. ער גיט אָבער צו, אַז „הגם בלויז די חסידים רעדן הײַנט אויף ייִדיש, איז דערווײַל צו פֿרי צו זאָגן, צי ייִדיש וועט אינגאַנצן אָפּשטאַרבן, צי נישט‟.
וואָס קען מען זאָגן אויף אַזעלכע מיינונגען פֿון אַ ייִד? הלוואי וואָלטן די ייִדן געקעמפֿט קעגן די כּמו־קאָלאָניאַלע קרומע סטערעאָטיפּן וועגן ייִדישקייט מיט דער זעלבער מיליטאַנטישער ענערגיע, ווי עדוואַרד סאַיִד האָט עס געטאָן פֿאַר די פּאַלעסטינער אַראַבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.