אַ נאָרוועגישער טעלעוויזיע־קאַנאַל האָט צום ערשטן מאָל געשאַפֿן אַ דאָקומענטאַלן פֿילם וועגן דעם צימער, וווּ די וויסנשאַפֿטלער פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד האָבן אויסגעשטעלט סקעלעטן פֿון ייִדן, ווי אַ „בילדונג־מיטל‟ פֿון זייערע ראַסיסטישע טעאָריעס.
דעם ערשטן אָקטאָבער, האָט דער עפֿנטלעכער קאַנאַל NRK 1 געוויזן אַ פֿילם וועגן 86 מענטשן, וואָס די נאַציס האָבן זיי ספּעציעל אויסגעקליבן, כּדי צו דערהרגענען און אויסצושטעלן זייערע סקעלעטן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אינעם שטראַסבורגער אוניווערסיטעט, פֿראָנקרײַך.
דער דאָקומענטאַר ווײַזט אַ ליידיקן צימער מיט די קאַסטנס, וווּ עס זענען אַמאָל געלעגן די סקעלעטן. דאָס געביין פֿון די טויטע איז באַערדיקט געוואָרן מיט עטלעכע צענדליק יאָר צוריק. די שאַפֿער פֿונעם פֿילם האָבן איבערגעגעבן, אַז די טעלעוויזיע־לײַט האָבן צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע באַקומען אַ צוטריט צו דעם געוועזענעם אויסשטעלונג־צימער.
דער פּראָפֿעסאָר אַוגוסט הירט, אַ קאַפּיטאַן פֿון „עס־עס‟, וועלכער האָט געדינט ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם „רײַך־אוניווערסיטעט‟ אין שטראַסבורג, ביז זײַן זעלבסטמאָרד אינעם יאָר 1945, האָט אין 1943 געבעטן צוויי פֿאָרשער צו זאַמלען 109 אַרעסטאַנטן פֿאַר דער וויסנשאַפֿטלעכער קאָלעקציע אינעם טויט־לאַגער אוישוויץ־בירקענאַו. מע האָט געבראַכט די אַרעסטאַנטן לעבעדיקערהייט און דערמאָרדעט זיי אינעם אוניווערסיטעט.
הירט האָט געטענהט אין אַ בקשה צום קאָמאַנדיר פֿון „עס־עס‟, הײַנריך הימלער, אַז אינעם אוניווערסיטעט זענען שוין געווען עקזעמפּלאַרן פֿון „אַ סך פֿאַרשיידענע ראַסעס‟, אָבער נישט געווען קיין סקעלעטן פֿון ייִדן. ווי מע האָט געוויזן אינעם נאָרוועגישן דאָקומענטאַר, האָט דער נאַצי־וויסנשאַפֿטלער אין זײַן בריוו באַמערקט, אַז „די מלחמה אויפֿן מיזרחדיקן פֿראָנט גיט אונדז איצט אַ געלעגנהייט צו פֿאַרריכטן דעם דאָזיקן בלויז‟. הירט האָט דערקלערט, אַז דער נײַער טייל פֿון דער זאַמלונג וועט קאָנען דינען ווי אַ „דאָקומענט‟, וואָס אילוסטרירט דעם „עקלדיקן, אָבער כאַראַקטעריסטישן טיפּ פֿון אונטערמענטשן‟, וואָס די „ייִדישע באָלשעוויקעס‟ שטעלן מיט זיך פֿאָר.
בלויז 86 פֿון די אויסגעקליבענע אַרעסטאַנטן האָבן דערלעבן אויפֿן וועג ביז זייער מאָרד אין שטראַסבורג. 29 צווישן זיי זענען געווען פֿרויען און 57 — מענער. אינעם נײַעם פֿילם, האָבן די קינעמאַטאָגראַפֿן דערציילט וועגן דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם 17־יאָריקן נאָרוועגיש ייִנגל, פֿראַנק סאַכנאָוויטש. ער איז אומגעקומען צוזאַמען מיט די אַנדערע דערמאָרדעטע „אויסשטעלונג־מוסטערן‟; זײַן ברודער האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן איבערצולעבן אוישוויץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.