נײַע פֿאָרשונג: פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון

New Research on 'Protocols of Elders of Zion'


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 13, 2013, issue of November 08, 2013.

די אַזױ–גערופֿענע „פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון‟, װאָס זײַנען צום ערשטן מאָל דערשינען אין אַן עקסטרעם־רעכטער אַנטיסעמיטישער רוסישער צײַטונג, בלײַבן עד־היום ביז גאָר פּאָפּולער אין אַלע טײלן פֿון דער װעלט. די געשיכטע פֿונעם דאָזיקן טעקסט איז נאָך ניט באַקאַנט אין גאַנצן, און די נײַע פֿאָרשונגען אַנטדעקן דווקא די אומבאַקאַנטע פֿאַקטן און מקורים, װאָס דערמאָנען אָן קרימינעלע שונד־ראָמאַנען.

עס איז מערקװירדיק, װאָס די ערשטע פּובליקאַציע פֿון די „פּראָטאָקאָלן‟ אין דער רוסישער צײַטונג „זנאַמיאַ‟ אין 1903 האָט ניט געמאַכט קײן רושם. די דאָזיקע צײַטונג איז געװען באַקאַנט פֿאַר איר ליבע צו סענסאַציעס און סקאַנדאַלן, און די נײַע פּובליקאַציע האָט זיך גוט צוגעפּאַסט צו דעם דאָזיקן סטיל. דערנאָך האָט מען אַרױסגעגעבן די „פּראָטאָקאָלן‟ אין אַ בוכפֿאָרעם, אָבער װידער אָן קײן גרױסן אָפּקלאַנג.

ערשט נאָך דער רוסישער רעװאָלוציע זײַנען די „פּראָטאָקאָלן‟ געװאָרן פּאָפּולער, סײַ צװישן דער רוסישער „װײַסער‟ עמיגראַציע און סײַ אין אײראָפּע און אַמעריקע. אַ װיכטיקע ראָלע אינעם פֿאַרשפּרײטן דעם דאָזיקן טעקסט האָט געשפּילט דער אַמעריקאַנער אױטאָמאָביל־פֿאַבריקאַנט הענרי פֿאָרד, װאָס האָט אָנהײב 1920ער יאָרן פֿאַרעפֿנטלעכט דרײַ הונדערט טױזנט עקזעמפּלאַרן פֿונעם דאָזיקן בוך אױף זײַן אײגענעם חשבון.

דער ייִדישער פּובליקום אין אַמעריקע איז געװאָרן באַזאָרגט און האָט דורכגעפֿירט פֿאָרשונגען, װאָס האָבן דערװיזן, אַז די „פּראָטאָקאָלן‟ זײַנען געפֿעלשט געװאָרן דורך דער צאַרישער געהײם־פּאָליצײ. דער דאָזיקער פֿאַקט איז באַשטעטיקט געװאָרן דורך אַ שװײצער געריכט אין 1933־1935. דער דאָזיקער באַשלוס האָט אַװדאי ניט אָפּגעשטעלט די אַנטיסעמיטן אין דער װעלט פֿון פֿאַרשפּרײטן דעם דאָזיקן טעקסט. אַפֿילו װען אײניקע פֿון זײ זײַנען מסכּים, אַז דער „דאָקומענט‟ איז אַ פֿאַלשער, האַלט מען אים סײַ װי פֿאַר אַ װירקלעכן ייִדישן פּלאַן פֿון פֿאַרכאַפּן די װעלט.

די גרופּע פֿון דרײַ פֿאָרשער פֿון אַמעריקע און רוסלאַנד האָט לעצטנס אַנטפּלעקט װײַטערדיקע אינטערעסאַנטע פּרטים, װאָס מאַכן די גאַנצע געשיכטע פֿון די „פּראָטאָקאָלן‟ נאָך מער קאָמפּליצירט און פֿאַרכאַפּנדיק. די ערשטע פֿראַגע, װאָס זײ האָבן געשטעלט, האָט צו טאָן מיט דער נאַטור פֿון די מקורים. לױט אײנער פֿון די אַנטיסעמיטישע װערסיעס, איז דער טעקסט פֿון די „פּראָטאָקאָלן‟ אַרױסגעגנבֿעט געװאָרן פֿונעם אַרכיװ פֿונעם „ציונישן קהל‟ אין פֿראַנקרײַך דורך אַ פֿרױ מיטן נאָמען יוסטינאַ גלינקאַ.

גלינקאַ, אַ טאָכטער פֿון אַ רוסישן דיפּלאָמאַט, איז געװען אַ פֿרױ מיט זײער קאָנסערװאַטיװע אָנזיכטן. אײניקע פֿאָרשער האַלטן, אַז זי האָט זיך אין דער אמתן באַטײליקט אינעם צונױפֿשטוקעװען דעם טעקסט פֿון די „פּראָטאָקאָלן‟, בעת די אַנדערע, להיפּוך, האַלטן, אַז זי האָט ניט צו דעם קיין שײַכות. אָבער ביז לעצטנס האָט נאָך קײנער ניט געמאַכט קײן געהעריקע פֿאָרשונג װעגן דער פֿרױ גלינקאַ גופֿא.

װי עס האָבן אַנטדעקט די פּראָפֿעסאָרן הענריק באַראַן און זײַנע רוסישע קאָלעגן לעװ אַראָנאָװ און דמיטירי זובאַרעװ, איז יוסטינאַ גלינקאַ געװען אַ באַקאַנטע פֿיגור אױף דער פּאָליטישער בינע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. זי האָט זיך ספּעציעל אָפּגעגעבן מיט דעמאַסקירן כּלערלײ פֿאַרשװערונגען און קאָנספּיראַציעס קעגן דער רוסישער מלוכה. דערבײַ האָט זי ניט געװאָלט פֿאַרטרױען אירע סודות קײנעם ניט און געפֿאָדערט, מען זאָל זי דערלאָזן צו דעם צאַר בעצמו אובֿכבֿודו. צומאָל האָבן אַזעלכע אַװאַנטוריסטן װי גלינקאַ זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר געהײמע אַגענטן פֿון דער רוסישער פּאָליצײ, כּדי צוצוגעבן חשיבֿות צו זײערע באַריכטן. אין דער אמתן, האָט זײער אַמאַטאָרישע אַקטיװיטעט שטאַרק אויפֿגעבראַכט די פּאָליצײ־נאַטשאַלסטווע.

אַן אַנדערע פּערזענלעכקײט פֿון אַן ענלעכן שניט האָט געהײסן יעלענאַ רזשעװוּסקאַ (ראַדזיװיל). זי האָט געשפּילט אין דער דאָזיקער געשיכטע אַ גאָר אַנדערע ראָלע. אין 1921 האָט זי אָנגעשריבן אַ בריװ צו דעם אַמעריקאַנער ייִדישן באַנקיר פֿעליקס װאַרבורג, אין װעלכן זי האָט דערצײלט, אַז די „פּראָטאָקאָלן‟ זײַנען אױסגעפֿאַרטיקט געװאָרן דורך דער אױסלענדישער אַגענטור פֿון דער רוסישער געהײם־פּאָליצײ; און די דאָזיקע װערסיע בלײַבט קוראַנט ביזן הײַנטיקן טאָג.

יעלענאַ רזשעװוּסקאַ האָט געשטאַמט פֿון דער פּױלישער שליאַכטע; זי האָט חתונה געהאַט מיטן פֿירשט ראַדזיװיל און האָט זיך געדרײט אָנצוקומען אין די סאַמע הױכע פֿענצטער פֿון בערלין און פּעטערבורג. צװישן אירע חבֿרטעס איז געווען אויך יוסטינאַ גלינקאַ. איר לעבן איז געװען פֿול מיט סקאַנדאַלן. אין דרום־אַפֿריקע, װוּ זי האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר, איז זי געזעסן אין תּפֿיסה פֿאַר פֿעלשן דעם אונטערשריפֿט פֿון סעסיל ראָדס אױף זײַנע װעקסלען. זי האָט געשריבן ביכער פֿול מיט רכילות און ליגנערײַען. אין 1938 אין אַמעריקע האָט זי אַפֿילו פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערװיו מיט סטאַלין, הגם עס איז באַלד געװאָרן קלאָר, אַז זי האָט דאָס אַלץ אױסגעטראַכט.

שטעלט זיך אַ פֿראַגע: װי פֿאַרלאָזלעך איז יעלענאַ רזשעװוּסקאַ װי אַן עדות אינעם מישפּט איבער די „פּראָטאָקאָלן‟, אַפֿילו װען זי זאָגט, אַז זײ זײַנען אױסגעפֿאַרטיקט געװאָרן דורך דער רוסישער פּאָליצײ? אפֿשר יאָ, און אפֿשר ניט. מען האָט שױן אַנטדעקט פֿאַרשידענע ליטעראַרישע מקורים פֿון די „פּראָטאָקאָלן‟, אָבער מען װײסט נאָך ניט גענױ, װער, װוּ, און װי אַזױ האָט מען זײ צונױפֿגעשטוקעװעט. אײן זאַך איז קלאָר: כּלערלײ פֿאַרשװערונג־טעאָריעס זײַנען געװען זײער פּאָפּולער אין דער אַריסטאָקראַטישער, דיפּלאָמאַטישער און מיליטערישער סבֿיבֿה אין אײראָפּע פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה, פּונקט אַזױ װי זײ בלײַבן פּאָפּולער איצט, בפֿרט אין דער אַראַבישער װעלט.

די פּאָטענציעלע „פֿאַרשװערער‟ זײַנען געװען, אין פֿאַרשידענע צײַטן, יעזויִטן, פּראָטעסטאַנטישע סעקטעס, מאַסאָנען. מיטן װוּקס פֿון די אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און רוסלאַנד אױפֿן שװעל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן זייער אָרט פֿאַרנומען די ייִדן. דװקא אין די הױכע פֿענצטער זײַנען פּאָפּולער געװאָרן אַזעלכע טעקסטן ווי „פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון‟, װאָס שפּיגלען אָפּ דעם פּאַראַנאָיִדאַלן געדאַנקענגאַנג פֿון דער אײראָפּעיִשער הערשנדיקער עליטע פֿון יענער צײַט.