אַ ייִדיש וועלטל אין הײַנטיקן אומאַן

The 'Little Jewish Land' in Uman

Getty Images

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 15, 2013, issue of November 08, 2013.

די אוקראַיִנישע שטאָט אומאַן איז, אין תּוך אַרײַן, אַ לאָך, און וועגן אַזעלכע ערטער הערט מען ניט בדרך-כּלל אין אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס. אָבער די דאָזיקע שטאָט האָט געהאַט דאָס מזל צו ווערן אַ צענטער פֿון ייִדישן רעליגיעזן טוריזם, ווײַל דאָרטן געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון ר’ נחמן בראַסלעווער. מע גלייבט, אַז ר’ נחמן האָט אַ מאָל געזאָגט: „גאָר מײַן זאַך איז ראש-השנה‟ — און טאַקע צוליב דעם שטראָמען אַהין טויזנטער חסידים אַרום דער צײַט פֿון דעם ייִדישן נײַ-יאָר. דער שטראָם, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט גענומען גוססן, ווערט שטאַרקער יאָר-אײַן יאָר-אויס.

דעם סעפּטעמבער זײַנען אַהין געקומען בערך 30 טויזנט ייִדן פֿון 16 לענדער. הײַיאָר זײַנען אַ סך חסידים געקומען בלויז צו פֿאַרברענגען אין אומאַן איין טאָג און אויף יום-טובֿ גופֿא האָבן זיי זיך אומגעקערט אַהיים. מיטן אונטערהאַלטן די אָרדענונג האָבן אין דער צײַט זיך באַשעפֿטיקט 428 אוקראַיִנישע און 12 רוסיש-רעדנדיקע ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן; ווי אויך 89 פֿײַערלעשער און אַנדערע מינים ספּעציאַליסטן. אויף דער צײַט האָט די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אַפֿילו געעפֿנט אַ קאָנסולאַט אין אומאַן.

ווי תּמיד, זײַנען אַ טייל אומאַנער תּושבֿים פֿאַרבליבן צופֿרידן מיט די געסט, ווײַל זייער קומען האָט געבראַכט געלט — מע האָט געדונגען דירות, געקויפֿט כּלערליי זאַכן. ווי אַ פּועל-יוצא, זײַנען צענדליקער טויזנטער דאָלאַרן אַרײַנגעגאָסן געוואָרן אין דער היגער עקאָנאָמיע. אָבער אַנדערע אומאַנער זײַנען גאָר ניט צופֿרידן, צי אַפֿילו בייז מיטן שמוץ, וואָס בלײַבט נאָך יעדן האַרבסטיקן „טוריסטישן‟ סעזאָן, בפֿרט נאָך אַז די שטאָטישע אינפֿראַסטרוקטור איז פּשוט ניט אויסגערעכנט אויסצוהאַלטן אַזאַ פֿילקעפּיקע „אינוואַזיע‟.

כּמעט אַלע ייִדישע געסט זײַנען ביז דעם 10טן סעפּטעמבער אַוועקגעפֿאָרן אַהיים; אייניקע האָבן זיך פֿאַרהאַלטן אַ ביסל לענגער. אָבער עס זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס קלײַבן זיך ניט אַוועקצופֿאָרן. די רוסיש-שפּראַכיקע פּרעסע דערציילט וועגן ייִדישע היימלאָזע אין אומאַן.

צענדליקער ישׂראלים דרייען זיך אין דער שטאָט שוין אין משך פֿון עטלעכע יאָר. אייניקע קאָמענטאַטאָרן האַלטן זיי פֿאַר „נאָרמאַלע‟ מיטגלידער פֿון דער היגער קהילה; די אַנדערע טענהן, אַז זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר פּשוט אַ באַנדע יונגע לײַט. עס זײַנען אויך דאָ אַזעלכע, וואָס האַלטן, אַז ס‘איז אַ באַזונדערע „סעקטע‟. אין דער אמתן, געהערן טאַקע די היימלאָזע חסידים צו פֿאַרשיידענע קאַטעגאָריעס. אַזוי יעדנפֿאַלס קלאַסיפֿיצירט זיי די ישׂראלדיקע פּרעסע.

עס זײַנען דאָ אַזעלכע חסידים, וואָס האָבן גענומען אויף זיך דאָס שליחות פֿון האַלטן ציכטיק דעם הייליקן קבֿר. זיי דאַווענען אין דער היגער שיל און באַפֿעלקערן די קהילה, וואָס עקזיסטירט אין דער שטאָט אין משך פֿון דעם גאַנצן יאָר. די צאָל פֿון אַזעלכע ייִדן איז ניט קיין גרויסע, אַרום אַ טוץ נפֿשות. אַ חוץ יחידים, קומען וווינען אין אומאַן עטלעכע חסידישע משפּחות און בלײַבן דאָרט אַ פּאָר יאָר.

נאָך איין גרופּע שאַפֿן די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער געשעפֿטלײַט. זיי האָבן געעפֿנט אין אומאַן קראָמען, כּשרע רעסטאָראַנען, האָטעלן וכ’. בדרך-כּלל, וווינען ניט אַזעלכע לײַט שטענדיק אין אומאַן. זיי כאַפּן זיך אַרײַן אַהין עטלעכע מאָל אַ יאָר, בלײַבן אין דער שטאָט עטלעכע וואָכן און פֿאָרן צוריק אַהיים. אייניקע פֿון זיי האָבן אַנטוויקלט זייער געשעפֿט אויך אין אַנדערע שטעט, אָבער אומאַן הערט ניט אויף צו זײַן פֿאַר זיי אַ מין הויפּט-קוואַרטיר.

די היימלאָזע געהערן צו דער דריטער גרופּע. דאָס זײַנען, געוויינלעך, בחורים אין עלטער פֿון 14–18 יאָר, יונגע לײַט מיט כּלערליי סאָציאַלע צי אַנדערע פּראָבלעמען. אייניקע פֿון זיי האָבן זיך צעקריגט מיט זייערע עלטערן, אָדער זיי איז נימאס געוואָרן די ישיבֿה, צי זיי ווילן ניט דינען אין דער אַרמיי, און אַזוי ווײַטער. זיי שלאָפֿן אויף מאַטראַצן אין דער שיל, עסן וואָס מע גיט זיי ווי אַ נדבֿה. עס דרייען זיך דאָרטן אויך עטלעכע דערוואַקסענע ישׂראלים. מע זאָגט, אַז אַ פּאָר פֿון זיי באַהאַלטן זיך אויף אַזאַ אופֿן פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליציי אָדער פֿון זייערע קרעדיטאָרן.

אייניקע בלײַבן ניט די גאַנצע צײַט אין אומאַן, נאָר פֿאָרן אַרום איבער אייראָפּע, וווּ די היגע קהילות גיבן זיי אַ דאַך איבערן קאָפּ. אָבער אויף יום-טובֿים קלײַבן זיי זיך ווידער צונויף אין אומאַן, וואָס איז געוואָרן זייער נײַע היים. זיי לערנען זיך אויס רוסיש און אוקראַיִניש און פֿאַרדינען אַ ביסל, העלפֿנדיק די אַנדערע חסידים צו געפֿינען אַ דירה, צו קויפֿן פֿאַרשיידענע זאַכן (למשל, סוּווענירן) אין אומאַן. צומאָל מאַכט זיך בײַ זיי אַ קאָנפֿליקט מיט די אָרטיקע יונגע לײַט, אָבער יענע סטאַרען זיך וואָס ווייניק זיך פֿאַרפֿירן מיט די ישׂראלים, וועלכע זײַנען גוט אָרגאַניזירט און גרייט צו אַ געשלעג.

אָט אַזאַ וועלטל, טיילווײַז אַן אונטערוועלטל, האָט זיך געשאַפֿן ווי אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון די יערלעכע פּילגרים-נסיעות צום הייליקן קבֿר.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/3940/print/, //yiddish2.forward.com/node/3311/print/)