הונדערט טעג נאָך דער מיליטערישער איבערקערעניש אין עגיפּטן האָט די פֿאַראייניקטע שטאַטן באַשלאָסן צו דערליידיקן דעם ענין פֿון מיליטערישער הילף פֿאַר דער מדינה. לויט דער איצטיקער אינפֿאָרמאַציע, וועט עגיפּטן באַקומען געלט, כּדי צו באַקעמפֿן טעראָריזם און שמוגלערײַ, און כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם האַלב-אינדזל סיני. די איצטיקע עגיפּטישע רעגירונג וועט אָבער נישט קריגן קיין טאַנקען, עראָפּלאַנען, העליקאָפּטערס, ראַקעטן, און די אַלגעמיינע סומע וועט געשניטן ווערן אויף אַרום 260 מיליאָן דאָלאַר. עס איז נאָך נישט קלאָר, ווי אַזוי ס‘וועט ווירקן אויף די ווײַטערדיקע באַציִונגען צווישן עגיפּטן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דעם שלום-אָפּמאַך מיט ישׂראל אָדער אויף דער צוקונפֿט פֿון עגיפּטן.
אַמעריקע האָט ביז אַהער געגעבן עגיפּטן 1.5 ביליאָן דאָלאַר יעדעס יאָר, כּדי אונטערצוהאַלטן דאָס לאַנד. ס’רובֿ פֿון דער שטיצע — ווי אַ מיליטערישע הילף, ווי אַ טייל פֿונעם שלום-אָפּמאַך מיט ישׂראל. זינט דעם אָנהייב פֿון דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟ האָט מען געקלערט אָפּצושטעלן די הילף פֿאַר עגיפּטן. דאָס ערשטע מאָל, ווען מען האָט ערנסט באַטראַכט דעם ענין, איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אַרעסט פֿון די אַמעריקאַנער בירגער, וועלכע האָבן געאַרבעט אין די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס וואָס שטיצן דעמאָקראַטיע. דער סוף פֿון דער מעשׂה איז געווען, אַז די אויטאָריטעטן פֿון דער מאַכמעדאַנישער ברודערשאַפֿט האָבן געלאָזט די פֿאַרכאַפּטע צו „אַנטלויפֿן‟ פֿון דער מדינה.
דאָס צווייטע מאָל איז עס געשען, ווען דאָס מיליטער האָט פֿאַרכאַפּט די מאַכט; אַ פֿאַל, וואָס לויט די געזעצן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן מיינט, אַז מען מוז אָפּשטעלן די הילף. די אַמעריקאַנער באַאַמטע האָבן אויסגעמיטן צו נוצן דאָס וואָרט „פּוטש‟, ווײַל מען האָט שוין אָנגעזען פֿון פֿריִער די אַנטי-דעמאָקראַטישע פּאָליטיק פֿונעם פּרעזידענט מוכאַמאַד מורסי, און געהאָפֿט, אַז עגיפּטן וועט, סוף־כּל־סוף, זיך אויסדרייען מיטן פּנים צום מערבֿ.
בלײַבט איצטער נישט קלאָר, פֿאַרוואָס האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג פֿון דעסטוועגן באַשלאָסן צו פֿאַרקלענערן איר הילף. די סיבה איז לכאורה, ווײַל דאָס מיליטער האָט נישט געטאָן גענוג אונטערצושיידן צווישן די ציווילער און מיליטאַנטן; און אויב אַמעריקע וועט אין גאַנצן אָפּשטעלן איר הילף, וועט די מיליטער נישט קענען פֿאַרטיידיקן די אומשולדיקע בירגער. פֿאַרוואָס איז עס ערגער פֿון איבערקערן די רעגירונג, אַרעסטירן אירע באַאַמטע און הרגענען אַ טויזנט דעמאָנסטראַנטן? אויסער דעם, אויב אַמעריקע וועט ממשיך זײַן צו שטיצן עגיפּטן אין איר קאַמף אין סיני, צי וועט עס ראַטעווען דאָס לעבן פֿון די אָרטיקע ציווילע אײַנוווינער?
מען קען אפֿשר טענהן, אַז אַמעריקע באַשטראָפֿט עגיפּטן, אָבער מען קען נישט זאָגן, אַז עס האָט אַ שטאַרקע פּעולה. די זעלבע קוילן וואָס טרעפֿן אַ טעראָריסט, טרעפֿן אויך אַ בעדויִנער משפּחה. די זעלבע באַריקאַדעס וואָס היטן אָפּ די גרענעץ, צוימען אָפּ אַ פּלאַץ, פֿול מיט פּראָטעסטירער. אַפֿילו אויב אַמעריקע וואָלט אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו העלפֿן עגיפּטן, וואָלט עס נישט געהאָלפֿן. יאָ, ס‘איז אמת: עגיפּטן באַקומט מער געלט פֿון אַמעריקע, ווי אַלע אַנדערע לענדער, חוץ ישׂראל, אָבער אַמעריקע איז נישט דער גרעסטער פּאַטראָן פֿון עגיפּטן. נאָך דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟ האָבן קאַטאַר, סאַודיע און אַנדערע אַראַבישע מדינות געגעבן צענדליקער ביליאָנען דאָלאַרן, כּדי צו העלפֿן עגיפּטן אַרויסצוקריכן פֿון דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ.
אַז די לענדער פֿונעם גאָלף בויען זייערע אייגענע מיליטערן קעגן איראַן, וואָלט נישט געווען שווער צו שיקן עטלעכע טאַנקען אויך קיין עגיפּטן.
דער באַשלוס האָט קיינעם נישט איבערראַשט, סײַדן עגיפּטן גופֿא, ווי אויך ישׂראל, וואָס האָט ביז הײַנט תּמיד געשטיצט אַזאַ הילף פֿאַר עגיפּטן, צוליב דער מורא אַז עגיפּטן וועט אָפּוואַרפֿן דעם שלום-אָפּמאַך. קיינער גלייבט נישט, אַז עגיפּטן איז איצט מסוגל צו פֿירן אַ מלחמה קעגן ישׂראל, ווײַל עגיפּטן איז פֿאַרנומען מיט אינערלעכע פּראָבלעמען; אָבער ישׂראל האָט דרײַ הויפּט-דאגות: די ערשטע איז, וואָס אַמעריקע שוואַכט אָפּ איר אייגענער השפּעה אינעם ראַיאָן בכּיוון. די צווייטע איז די זאָרג — וואָס ס‘וועט געשען מיט דער זיכערהייט פֿון ישׂראל, אויב עגיפּטן וועט ווערן אומסטאַביל? און די דריטע פּראָבלעם איז ווידער פֿאַרבונדן מיט ישׂראל: צי וועט עגיפּטן נישט צעבונדן אַ מלחמה מיט ישׂראל ווי נאָר דאָס מיליטער וועט פֿאַרענדיקן מיט די איסלאַמיסטן?
די מעשׂה מיט עגיפּטן ווײַזט אָן אויף די קאָמפּליצירטע שוועריקייטן, וואָס פֿאָלגן נאָך אַמעריקע שוין צענדליקער יאָרן. אַמעריקע זאָגט, אַז זי וויל העלפֿן די אָרעמע לענדער, אָבער זי וויל דערמיט אויך באַקומען פֿאַר זיך וויכטיקע אַליִיִרטע. עגיפּטן איז אַ מאָל געווען דער צענטער פֿון דער אַראַבישער וועלט. אויב אַמעריקע וועט אויפֿהערן צו העלפֿן עגיפּטן וועט זי פֿאַרלירן איר השפּעה איבער איר, און אין דער זעלבער צײַט וועט עגיפּטן קענען גיך געפֿינען נײַע פּאַטראָנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.