נײַער דיסק פֿון אַן עכטן פֿאָלקסזינגער

New CD of an Authentic Folksinger

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published August 15, 2013, issue of November 08, 2013.

צי קען מען אָנווײַזן אויף איין זינגער, און זאָגן מיט זיכערקייט, אַז ער אָדער זי זינגט אין דעם עכטן ייִדישן פֿאָלקס‪־ס‬טיל? הײַנט פֿאַרמאָגט מען גענוג מאַטעריאַלן צו העלפֿן אונדז שאַפֿן אַזאַ סבֿרא — די פּלאַטעס און קאָמפּאַקטלעך פֿון פֿאָלקסזינגער, די רעקאָרדירוג־זאַמלונגען פֿון רות רובין, סאָפֿיע מגיד, בען סטאָנהיל און אַנדערע; די רעקאָרדירונגען אין דער „ווערנאַדסקי-ביבליאָטעק‟ אין קיִעוו, די היימישע משפּחה־רעקאָרדירונגען, וואָס באַווײַזן זיך פֿון צײַט צו צײַט. דערווײַל ווערט קלאָר, אַז ניין, מע קען נישט רעדן בלויז פֿון איין פֿאָלקסגעזאַנג־סטיל, נאָר עטלעכע, און אפֿשר גאָר אַ סך: עס ווענדט זיך אינעם עלטער פֿונעם זינגער, אינעם געבוירן־אָרט (דאָרף, שטעטל, שטאָט), און וווּ געאָגראַפֿיש, זיי זענען אויפֿגעוואַקסן (ליטע, גאַליציע, רומעניע…)

אַפֿילו אין מײַן משפּחה, קענען זינגען צוויי זינגערס, אָבער אין גאָר אַנדערע סטילן. מײַן באָבע ליפֿשע, פֿונעם קליין שטעטל זוויניעטשקע האָט געזונגען מיט אַ קלאָגעדיק, פֿאַרטרויערט קול; ממש געבעטן די מענטשן אַרום, וואָס הערן איר ליד, זאָלן מיטפֿילן דעם ווייטיק. מײַן מאַמע פֿון דער גרעסערער שטאָט טשערנאָוויץ זינגט מיט ווייניקער אָרנאַמענטאַציע (קנייטשן, קוועטשן) אָבער מיט אַ זיכערן געפֿיל.

אויף דער נײַער רעקאָרדירונג פֿונעם ברוקלינער הערשל מלמד, וואָס הייסט „A Long Life in Yiddish‟ הערט מען אויך אַ פֿאָלסקזינגער וואָס זינגט אין אַן עכטן פֿאָלקישן סטיל. דאָס קאָמפּאַקטל נעמט אַרײַן 18 לידער, און כאָטש מע האָט נישט אונטערגענומען דעם פּראָיעקט ווי אַ קאָמערציעלע אונטערנעמונג, איז מען ערנסט צוגעגאַנגען צום אַרויסלאָזן עס, און דאָס קאָמפּאַקטל זעט אויס, און קלינגט פּראָפֿעסיאָנעל. פֿאַקטיש האָט מען אַרויסגעגעבן צוויי קאָמפּאַקטלעך מיט די זעלבע לידער: איינס אָן מוזיקאַלישער באַגלייטונג, און דאָס צווייטע מיט די מוזיקער אַבֿי פֿאַקס־ראָזען און אַלעק שפּיגלמאַן.

די רעקאָרדירונג וועל איך טאַקע רעקאָמענדירן דעם ייִנגערן דור זינגער, וואָס וויל בלויז זינגען גיכע און פֿריילעכע לידער, אָבער פֿאַרלירן דערבײַ דאָס געפֿיל און אויסטײַטש פֿונעם ליד. פֿון אַזוינע זינגערס ווי הערשל מלמד, קען מען טאַקע אָפּלערנען אַן עכטן פֿאָלקס־סטיל.

הערשל מלמד איז געבוירן געוואָרן אין אָפּאַלין, פּוילן, און איז אויפֿגעוואַקסן אין לובאָמל, וווּ ער האָט געאַרבעט אין זײַן ברודער קלמנס שיכשאַפּ. בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה איז ער געווען אַ סאָלדאַט אין דער פּוילישער אַרמיי און איז פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. די סאָוועטן האָבן אים פֿאַרשיקט אין אַ קאָלכאָז אין די אוראַל־בערג, און דאָרטן האָט ער איבערגעלעבט די מלחמה־יאָרן. זײַן טאָכטער מײַראַ האָט אונדז דערציילט, אַז מעגלעך, וואָלט ער דאָרטן פֿאַרבליבן, אָבער דערוויסנדיק זיך, אַז זײַן ייִנגערער ברודער לייזער לעבט, האָט ער פֿאַרלאָזט דעם קאָלכאָז און געפֿאָרן אויף מערבֿ, כּדי צו וווינען צווישן ייִדן. אין טשערנאָוויץ האָט ער זיך באַזעצט, חתונה געהאַט, און זײַן טאָכטער איז דאָרטן געבוירן געוואָרן.

פֿון טשערנאָוויץ איז די משפּחה אַרויסגעפֿאָרן קיין פּוילן, און דערנאָך — ישׂראל. אין 1964 זענען זיי געקומען קיין אַמעריקע, וווּ קלמן האָט שוין געוווינט. דאָרט האָט קלמן אים געפֿונען אַרבעט ווי אַ צושנײַדער פֿון לעדערנע פֿרויען־מאַנטלען, און בײַ דעםהאָט הערשל געאַרבעט ביז ער איז אַרויס אויף דער פּענסיע.

מײַראַ דערציילט, אַז ער האָט אין דער יוגנט געחלומט צו ווערן אַ חזן, אָבער קיין געלט אויף צו שטודירן האָט ער נישט געהאַט. איז ער געבליבן אַ פֿאָלקסזינגער און פֿאַרווײַלט די געזעלשאַפֿט אַרום אים. דער עיקר, איז דאָס געווען אַ ייִדישער עולם, אָבער נישט תּמיד — אין דער פּוילישער און רוסישער אַרמיי האָבן די אַנדערע סאָלדאַטן אויך גענאָסן פֿון זײַן געזאַנג אויף זייערע שפּראַכן. אין טשערנאָוויץ פֿלעגט הערשל אויפֿטרעטן אויף חתונות, ווען מע האָט צו אים געמאָלדן — „הערשל, גיב אונדז אַ ביסל!‟. אין פֿלאָרידע אויף די עלטערע יאָרן, האָט מען אים אויך פֿאַרבעטן צו דער בינע.

צום גליק, האָט מען אים רעקאָרדירט ווען ער איז געווען אין די 80ער, ווען זײַן קול איז נאָך געווען סײַ שטאַרק, סײַ זיס. די ערשטע לידער אויפֿן קאָמפּאַקטל זענען באַקאַנטע תּפֿילות, „אשמנו‟, „אבֿינו מלכּנו‟, און מע פֿאַרשטייט באַלד, פֿאַר וואָס ער האָט געהאַט אַמביציעס צו ווערן אַ חזן. ער זינגט מיט דבֿקות, אָבער ער גאָרגלט זיך נישט.

כּמעט אַלע לידער אויף דער רעקאָרדירונג זענען באַקאַנטע, צווישן זיי: „זאָל זײַן‟, „אונדזער ניגונדל‟ „דער קרעמער‟, אָבער ס‘איז כּדאַי צו הערן ווי מלמד זינגט זיי. די לידער ווערן נישט „אָפּגעזונגען‟ — און פֿאַרטיק. ער אײַלט זיך נישט און גיט אין זיי אַרײַן נשמה, וואָס מע הערט זעלטן בײַם ייִנגערן דור הײַנט. אינטערעסאַנט וואָס ער האָט ליב די מער ליטעראַרישע, פּאָעטיש־לירישע לידער וואָס זענען טאַקע צוגעפּאַסט צו זײַן פּאַמעלעכן, האַרציקן סטיל. ווען ער זינגט אַ ליד מיט אַ גיכערן טעמפּאָ, ווי „זינג זשע מיר אַ לידעלע פֿון ייִדיש‟, קלינגט עס טאַקע מער פֿאַרכאַפּנדיק. מיר זענען אין גאַנצן נישט באַקאַנט די צוויי לידער „איך פֿאָר אַוועק‟ און „האָב אַ האַרץ‟.

הערט זיך צו, ווי הערשל מלמד זינגט „דער קרעמער‟.

מער אינפֿאָרמאַציע וועגן די קאָמפּאַקטלעך, שיקט אַ בליצבריוו צו:

perennial@verizon.net

tel.: 718-265-7046