אין אויגוסט, ווען די פּרעמיערע פֿונעם בראָדוויי־מיוזיקל וועגן דעם באַרימטן „זינגענדיקן רבֿ‟, שלמה קאַרליבאַך, איז געקומען צום סוף, איז זײַן טאָכטער, נשמה קאַרליבאַך, אַרויפֿגעגאַנגען אויף דער סצענע און פֿאַרבעטן דעם עולם מיטצוזינגען מיט איר קאַרליבאַכס לעגענדאַרן ניגון „עם ישׂראל חי‟. דער דאָזיקער ניגון איז באַקאַנט געוואָרן ווי אַ מין ייִדישער הימן צווישן די ייִדישע אַקטיוויסטן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
דער מוזיקאַלישער ספּעקטאַקל „Soul Doctor‟ („דער דאָקטער פֿון נשמות‟) האָט זיך געשלאָסן פֿאַראַכטאָגן זונטיק, נאָכן אויסשפּילן עס 66 מאָל אינגאַנצן און 32 פֿאָרויסיקע סצענעס. נשמה קאַרליבאַך האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ אין אַן אינטערוויו, אַז דער מיוזיקל איז געוואָרן אַ קולמונאַציע פֿון צען יאָר אַרבעט און אַ טריומף פֿון איר טאַטנס ירושה.
די זינגערין האָט אָבער צוגעגעבן, אַז דאָס איז בלויז איין שריט אינעם אָנגייענדיקן פּירסום פֿון קאַרליבאַכס טעטיקייט, וואָס זי האַלט פֿאַר אַ גרויסן תּיקון־העולם. דער אומגעוויינטלעכער רבֿ, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן מיט 19 יאָר צוריק, האָט אַ סך געליטן פֿון אומיושרדיקע טענות צו אים. נישט געקוקט אויף אַלע שווערקייטן, אָבער, ציט זײַן מוזיק און גײַסטיקער מהלך צו אַלץ מער מענטשן, וועלכע שאַפֿן אייגענע „קאַרליבאַכישע‟ מוזיקאַלישע גרופּעס. אַרום דער וועלט קומען כּסדר פֿאָר פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען אין אָנדענק פֿון קאַרליבאַך; נישט לאַנג צוריק האָט נתן אופֿיר אַרויסגעגעבן אַ נײַע ביאָגראַפֿיע וועגן דעם באַרימטן זינגער.
אַזוי ווי איר טאַטע, האָט דאָס זינגען פֿאַרשאַפֿט נשמה קאַרליבאַך נישט ווייניק שוועריקייטן. אירע עלטערן האָבן זיך געגט, צוליב דעם טאַטנס טעטיקייט; די זעלבע מעשׂה איז אויך געשען מיט איר. אין 1994 האָט זי, זײַענדיק אַן אָרטאָדאָקסיש מיידל, צום ערשטן מאָל אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע צוזאַמען מיט איר טאַטן, וועלכער איז שפּעטער, אינעם זעלבן יאָר, געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק. אין די אָרטאָדאָקסישע קרײַזן ווערט דאָס זינגען פֿון אַ פֿרוי באַטראַכט ווי דאָס פֿאַרבאָטענע „קול־אשה‟; אין די הײַנטיקע צײַטן זענען אָבער דאָ אַ וואַקסנדיקע צאָל פֿרומע פֿרויען, וואָס זינגען אויף קאָנצערטן.
דאָס איז נישט דער איינציקער פֿאַל, ווען די זינגערין האָט געבראָכן אַ באַריער, וואָס אין פֿרומע קרײַזן קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ סתּירותדיקע מעשׂה. למשל, איינעם פֿון אירע מוזיק אַלבאָמען האָט נשמה קאַרליבאַך געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון זינגען צוזאַמען מיט אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער באַפּטיסטישן קריסטלעכן כאָר.
צוזאַמען מיט איר ייִנגערער שוועסטער, נדרה קאַרליבאַך — אַ מאַמע פֿון צוויי קינדער, וועלכער וווינט שטילערהייט אין ישׂראל און איז נישט באַקאַנט ווי אַ באַרימטע פּערזענלעכקייט — זאַמלט די זינגערין פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן וועגן זייער טאַטן, אַרײַנגערעכנט אַ ריזיקע צאָל בילדער, רעקאָרדירונגען און דבֿרי־תּורה. אינעם יאָר 2012, האָט זייער ירושלימער ירושה־אָרגאַניזאַציע, בשותּפֿות מיטן פֿאַרלאַג „אורים‟, אַרויסגעגעבן דעם ערשטן באַנד פֿון קאַרליבאַכס פֿילבענדיקן תּורה־פּירוש „אבֿן שלמה‟.
נשמה קאַרליבאַך האָט אויך צוויי קינדער. ס׳זעט אויס, אַז איר עלטערער זון, דער 6־יאָריקער רפֿאל, האָט געירשנט זײַן זיידנס מוזיקאַלישן טאַלאַנט. אין זײַן מאַמעס קומענדיקן אַלבאָם „Soul Daughter‟ טרעט ער אויף ווי אַ באַגאַבטער פּויקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.