די צײַטונג „האָרץ‟ האָט איבערגעגעבן, אַז כאָמאַיון שׂמח, דער ראָש־הקהילה פֿון די טעהעראַנער ייִדן, האָט געבעטן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, אויסצונוצן די געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט איראַן. אין אַן אָפֿענעם בריוו צום אַמעריקאַנער פּרעזידענט, האָט שׂמח באַמערקט, אַז דער הײַנטיקער מצבֿ קאָן זײַן דער איינציקער שאַנס. אויב די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט וועלן פֿאַרפֿעלן אַזאַ „גאָלדענעם‟ מאָמענט, וועלן פֿון אַזאַ פֿאַרלוסט געניסן די, וואָס זענען קעגן דער נאָרמאַליזאַציע פֿון די אַמעריקאַנער־איראַנישע באַציִונגען.
אין זײַן בריוו, האָט שׂמח אויך באַשריבן פּאָזיטיוו דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער קהילה אין איראַן און דערקלערט, אַז זײַענדיק אַן אָנערקענטע רעליגיעזע מינאָריטעט, האָבן זיי זיך פֿרײַ באַטייליקט אין די וואַלן און געהאָלפֿן אויסצוקלײַבן זייער הײַנטיקן פּאָפּולערן פּרעזידענט. אַדרבה, דער ראָש פֿון דער טעהעראַנער קהילה האָט קריטיקירט בנימין נתניהוס השערות וועגן די איראַנער ייִדן און דערקלערט, אַז זיי מעגן טראָגן די „דזשינס‟־הויזן, הערן מוזיק און וווינען אין זייער לאַנד גאַנץ לײַטיש.
אין סעפּטעמבער, האָט דער איראַנישער פּרעזידענט כאַסאַן רוכאַני געוואָלט זיך באַגעגענען מיט די פֿאָרשטייער פֿון דער איראַניש־ייִדישער אימיגראַנטישער קהילה אין ניו־יאָרק; זיי האָבן זיך אָבער אָפּגעזאָגט מיט אים צו טרעפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.