מוצאי-שבת איז פֿאָרגעקומען די 18טע הזכּרה-צערעמאָניע נאָכן דערמאָרדן דעם פּרעמיער יצחק ראַבין. הײַיאָר, ווי אויך אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן, איז די מעדיאַ נאָך דער טרויער־צערעמאָניע געווען פֿאַרטאָן אין איר געוויינלעכער שפּיל: ציילן קעפּ.
יעדע צײַטונג האָט איבערגעגעבן אַנדערע ציפֿערן: אַ טייל האָט אָנגעציילט, אַז אין דער צערעמאָניע האָבן זיך באַטייליקט אַרום פֿינף און דרײַסיק טויזנט מענטשן; די אַנדערע — נאָר צוואַנציק טויזנט נפֿשות. דער עיקר, אין דעם שפּיל איז וויכטיקער נישט ווער עס איז געקומען, נאָר ווער ס‘איז נישט געקומען.
געקומען זענען ווייניק. צו ווייניק, לויט עטלעכע קאָלומניסטן; ס‘רובֿ באַטייליקטע זענען געווען מיטגלידער פֿון די יוגנט־אָרגאַניזאַציעס. אַלע, אָן אַן אויסנאַם, זענען געבוירן געוואָרן נאָך ראַבינס מאָרד. זיי האָבן נישט געהערט די דרײַ שאָסן, נישט אָנגעצונדן נשמה-ליכט בײַ דעם פּלאַץ, וווּ ראַבין איז דערשאָסן געוואָרן. פֿאַר זיי איז דאָס בלויז אַ בלאַט געשיכטע.
די צײַטונגען האָבן זיך געפֿרעגט דעם טאָג נאָך דער צערעמאָניע: וווּהין זענען אַהינגעקומען די וואָס געדענקען אים יאָ? די וואָס זענען צערודערט געוואָרן פֿון די דרײַ שאָסן? די וואָס האָבן אָנגעצונדן נשמה-ליכט און געזונגען לידער וועגן ליבשאַפֿט אין די ספּאָנטאַנע פֿאַרזאַמלונגען נאָכן מאָרד?
יעדעס יאָר פּרוּוון די פּען־מענטשן און פּאָליטיקער אָפּזוכן אַלערליי תּירוצים און קלערן צו סבֿרות, הלמאַי עס קומען וואָס אַ מאָל ווייניקער אויף די הזכּרות, פֿאַרוואָס האַלט דאָס פֿײַער פֿון די הזכּרה-ליכט בײַם פֿאַרלאָשן ווערן?
מע האָט דאָך געמיינט, אַז די וווּנד וועט אייביק בלוטיקן און די הזכּרה־ליכטלעך וועלן ברענען אייביק, לאַנגע דורות.
מע האָט זיך טועה געווען, פּונקט ווי מע האָט זיך אײַנגערעדט, אַז אָ מאָרד פֿון אַ פּרעמיער איז „אוממעגלעך אין דער ייִדישער מדינה. מיר זענען אַנדערש‟. עס קומט אַרויס, אַז אַ מאָרד איז טאַקע מעגלעך און מיר זענען נישט אַזוי אַנדערש. מיר זענען מענטשן, און מענטשן פֿאַרגעסן; זייערע זכרונות ווערן אָפּגעבליאַקעוועט, צעשוווּמען.
די וווּנד האָט זיך כּמעט פֿאַרצויגן; יעדנפֿאַלס, עס איז געבליבן אַ בלעטל געשיכטע. די ישׂראלים ווײַזן נישט אַרויס קיין גרויסן אינטערעס צו יצחק ראַבינען און צו זײַן ביאָגראַפֿיע.
די פּען־מענטשן, וואָס שטראָפֿן דאָס זינדיקע פֿאָלק מיט זייערע שאַרפֿע פֿעדערן, מאָלן מעל. זייערע טענות זענען שוין אויסגעדראָשעט און איבערגעקײַט; זיי באַוויינען דעם קורצן זכּרון פֿון דעם ציבור (און אין אַנדערע פֿאַלן לויבן זיי אים), קריטיקירן דעם אופֿן, ווי עס ווערט אָפּגעהיט ראַבינס אָנדענק…
און, טאַקע: פֿאַרוואָס קומען נישט מענטשן אויף דער צערעמאָניע?
די רעכט־געשטימטע קומען נישט אין באַטײַטנדיקע צאָלן. זיי פֿילן זיך דאָרט נישט בײַ זיך אין דער היים. זיי דאַרפֿן זיך פֿאַרענטפֿערן: „יאָ, איך שטים פֿאַר נתניהו־ליבערמאַן־בענעטן, און דאָך פֿאַרדאַם איך דעם מאָרד!‟ — גלײַך ווי עמעצער וואָס שטימט מיט דעם רעכטן לאַגער איז פֿאַרדעכטיקט אָדער שולדיק אין עפּעס. ס’רובֿ רעכטע, ווי די לינקע, זענען קעגן מאָרד בכלל און בפֿרט קעגן ראַבינס מאָרד. דער פֿאַקט, אַז מע דאַרף אַרײַן אין דער „נאָרע‟ פֿון דער צווייטער מחנה, מאַכט די מענטשן בלײַבן אין דער היים.
דאָס לייגט זיך מער-ווייניקער אויפֿן שׂכל, אָבער וואָס טוט זיך מיט די לינקע? פֿאַרוואָס קומען זיי אויך נישט?
עס שײַנט, אַז אין לעצטן סך-הכּל איז ראַבין נישט געוואָרן אַ סימבאָל פֿון דער לינקער מחנה. עס איז אמת, אַז די פּאָליטיקער פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי און מר”ץ האָבן ליב אַרויסצושטעלן ראַבינס נאָמען ביזן הײַנטיקן טאָג; זיי דערמאָנען אָפֿט ראַבינען, זײַן אומדערמיטלעכע יאָגעניש נאָך שלום, זײַן שעמעוועדיקייט, זײַן באַשיידנקייט.
די „שווערע ניס‟, די אויסגעשפּראָכענע לינקע, אידענטיפֿיצירן זיך נישט מיט ראַבינס ביאָגראַפֿיע. זי איז צו מיליטאַנטיש לויט זייער געשמאַק. ווי קען דינען „מיסטער זיכערהייט‟, אַ געוועזענער שעף פֿון שטאַב, וואָס האָט אײַנגענומען דעם מערבֿ-ברעג, עזה־פּאַס און דעם גולן, ווי זייער סימבאָל? זיי האַלטן, אַז דאָס נישט אַוועקגעבן די שטחים, אָן שום באַדינג, איז דער מקור פֿון אַל דאָס שלעכטס. ראַבין האָט דאָך אויסגעאַרבעט דעם „פֿינף־פֿינגער פּלאַן‟ — אַ פּלאַן אויפֿצובויען ייִדישע ייִשובֿים אין עזה־פּאַס.
די „רעכטע‟ לינקע, ווידער, האָבן אַזעלכע ריזן ווי בן-גוריון. ראַבין איז נישט געווען אַזאַ ריזיקע פֿיגור ווי בן-גוריון. אַדרבא, מע דאַרף נישט זוכן טיף אין ראַבינס ביאָגראַפֿיע, כּדי צו געפֿינען פּיקאַנטע פּרטים: זײַן שוואַכקייט צום ביטערן טראָפּן, דער נערוון־קראַך ערבֿ דער זעקס-טאָגיקער מלחמה, די דאָלאַרן-קאָנטע אין שווייץ פֿון זײַן פֿרוי לאה, וואָס האָט אים געצוווּנגען זיך אָפּצוזאָגן פֿון זײַן פּאָסטן אין זײַן ערשטער קאַדענץ.
דער וויכּוח וועגן ראַבינס שם און זײַן פּאָליטישער ירושה גייט אָן ווײַטער. עס איז אוממעגלעך צו דערגיין אַ טאָלק: ווער איז ראַבין געווען? אַ זעלנער, אַ קאָמאַנדאַנט, אַ טרוימער? אַ שלום-נבֿיא? די כּנסת האָט אַרויסגעגעבן אַ געזעץ, אַז די תּלמידים אין די שולן מוזן זיך לערנען וועגן „ראַבינס ירושה‟. די צרה איז, וואָס קיינער ווייסט נישט פֿון וואָס באַשטייט אַזאַ ירושה, און אין צווישן־צײַט דערווײַטערט זיך זײַן געשטאַלט און ווערט פֿאַרשוווּנדן אין דער פֿאַרגעסנקייט. אַ שאָד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.