אַדיע, איציק!

Farewell, Itzik!

פֿון באָריס סאַנדלער

Published October 16, 2013, issue of November 08, 2013.

איציק גאָטעסמאַן
Facebook
איציק גאָטעסמאַן

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן ביידע רעדאַקציעס פֿון „פֿאָרווערטס‟ באַדאַנקט אונדזער מיטאַרבעטער און פֿרײַנד, איציק גאָטעסמאַן, פֿאַר זײַן איבערגעגעבענער און פּראָפֿעסיאָנעלער אַרבעט, לטובֿת דער צײַטונג און ייִדישער פּרעסע. נאָך 13 מיט אַ האַלב יאָר האָט איציק באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן זײַן אַרבעט אין דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע, און זיך אָפּגעבן מיט פּראָיעקטן, וואָס האָבן געדולדיק געוואַרט אויף דער שעה.

אין זײַן וואָרט האָט שמואל נאָריך, דער פֿאַרלעגער און פֿאַרוואַלטער פֿון די צײַטונגען, באַטאָנט איציקס בײַטראָג אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון „פֿאָרווערטס‟, באַזונדערס בײַם צוגרייטן די בײַלאַגע „אין דער וועלט פֿון ייִדיש‟, וווּ די ליבהאָבער פֿון מאַמע־לשון פֿלעגן געפֿינען איבערזיכטן פֿון די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט, אָפּשאַצונגען וועגן ערשט־דערשינענע ייִדישע ביכער און מוזיקאַלישע קאָמפּאַקטלעך, און אַנדערע ייִדישע פּיטשעווקעס.

שׂרה־רחל שעכטער, זײַן קאָלעגע און שוועסטערקינד, האָט זיך דערמאָנט, אַז זייער מיטאַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן נאָך לאַנג פֿאַרן קומען אין „פֿאָרווערטס‟, בעתן אַרויסלאָזן די קינדער־צײַטונג „ענגע־בענגע‟ בײַ דער שלום־עליכם שול.

איציק איז אַ גוטער חבֿר און איז תּמיד גרייט אונטערצושטעלן אַ פּלייצע, ווען ס‘איז נייטיק. אין דער ייִדישער רעדאַקציע באַשעפֿטיקט זיך יעדער נישט בלויז מיט איין „דזשאָב‟; איציק האָט נישט נאָר געשריבן זײַנע באַלערנדיקע אַרטיקלען; ער האָט אויך געהאַט זײַן רובריק אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „די פֿאָרווערטס־שעה‟, וווּ ער פֿלעגט באַקענען די צוהערער מיט ייִדישער מוזיק און זייער באַשאַפֿער; אויף דעם ווידעאָ־קאַנאַל האָט ער געשאַפֿן אַ סעריע פּראָגראַמען „די געשיכטע פֿונעם ייִדישן קינאָ‟, געפֿירט רעפּאָרטאַזשן און שמועסן מיט אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה.

פֿאַרשטייט זיך, אַז איציק, ווי אַ מאַנספּאַרשוין און אַ שאַפֿערישער מענטש, איז אין זײַן פֿולער רײַפֿקייט און האָט זײַנע ווײַטערדיקע פּלענער. האָט ער דערקלערט, אַז „ס‘איז שוין געקומען די צײַט צונויפֿצונעמען אַ טייל פֿון מײַנע לעקציעס וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר און אויפֿן סמך פֿונעם מאַטעריאַל אָנשרײַבן אַ בוך וועגן מיזרח־אייראָפּעיִשן און אַמעריקאַנער ייִדישן פֿאָלקלאָר, און פּאָפּולערער קולטור. די פֿאָרשונג האָב איך, אין תּוך, שוין פֿאַרענדיקט.

„דעם פֿרילינג, האָף איך, צו פֿאָרן אין פֿאַרשיידענע לענדער פֿון מערבֿ־אייראָפּע האַלטן לעקציעס וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר — סײַ אין אוניווערסיטעטן, סײַ פֿאַר ייִדיש־גרופּעס — אויף ייִדיש און ענגליש.‟

אין אַזעלכע רירנדיקע מאָמענטן ווינטשט מען בדרך־כּלל „משנה מקום, משנה־מזל‟. מיר ווינטשן איציקן נישט קיין נײַ מזל; זײַן ייִדיש־מזל האָט ער אײַנגעזאַפּט מיטן „פּאָעטישן מילך‟ פֿון זײַן מאַמען, דער דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. ייִדיש האָט אים אויסגעכאָוועט ווי אַ נאַציאָנאַלן ייִד און אַ ייִדישן אינטעלעקטואַל.

איציק גאָטעסמאַן פֿאַרלאָזט די רעדאַקציע, אָבער ער בלײַבט ווײַטער אונדזער מחבר. זײַנע חסידים דאַרפֿן זיך נישט זאָרגן — יעדע צוויי וואָכן וועט מען קענען לייענען זײַנען אַרטיקלען און נאָטיצן סײַ אויף דער וועבזײַט און סײַ אין דער פּאַפּירענער צײַטונג.

און פֿאָרט, זאָגן מיר דיר, איציק, זײַן געזונט און מצליח אויף אַלע דײַנע אַלטע און נײַע דרכים!