דבֿורה טאַמבאָר, אַ געוועזענע חסידישע פֿרוי פֿונעם איזאָלירטן פֿרומען שטעטל ניו־סקווער לעבן ניו־יאָרק, האָט נישט לאַנג צוריק זיך גענומען דאָס לעבן. איר משפּחה האָט איר נישט געקענט פֿאַרגעבן, וואָס זי האָט פֿאַרלאָזט די חסידישע קהילה. אירע פֿרײַנד זאָגן, אַז דער זעלבסטמאָרד איז געווען איר רעאַקציע אויף דעם. הגם ס׳רובֿ געוועזענע חסידים וואָלטן נישט אָפּגעטאָן אַזאַ מעשׂה, טרעפֿן זיי זיך אָפֿט אָן אין לעבן מיט די זעלבע פּערזענלעכע פּראָבלעמען.
ווען טאַמבאָר האָט זיך געגט און אַוועקגעפֿאָרן פֿונעם שטעטל מיט פֿיר יאָר צוריק, איז זי געווען שטאַרק דערשלאָגן. לויט אירע ווערטער, האָט זי געליטן פֿון די זכרונות וועגן אַ סעקסועלער באַלעסטיקונג מצד איינעם פֿון אירע ווײַטע קרובֿים. די משפּחה האָט נישט געגלייבט, ווען זי האָט דערציילט וועגן דעם. נאָכן גט, האָט זי פֿאַרלוירן דעם קאָנטראָל איבער אירע קינדער; איר אייגענער טאַטע האָט געזאָגט עדות קעגן איר אינעם געריכט.
חיים לעווין, אַ געוועזענער ליובאַוויטשער חסיד, האָט איבערגעגעבן, אַז אַזעלכע סיטואַציעס טרעפֿן זיך נישט זעלטן. אַ סך פֿון זײַנע חבֿרים בלײַבן פֿרום בלויז, כּדי נישט צו פֿאַרלירן זייערע קינדער. לעווין האָט צוגעגעבן, אַז ער ווייסט, צום ווייניקסטן, צען פֿאַלן, ווען דאָס איז טאַקע געשען.
ווען די 33־יאָריקע פֿרוי האָט — ווײַזט אויס — זיך גענומען דאָס לעבן דעם 27סטן סעפּטעמבער, האָט איר טויט אַרויסגערופֿן אַ מהומה צווישן די „אָפּגעפֿאָרענע‟ ייִדן. אירע פֿרײַנד האָפֿן, אַז די טרויעריקע מעשׂה וועט העלפֿן די חסידים צו פֿאַרשטיין, אַז מע מוז זיך באַציִען מער טאָלעראַנט צו די, וואָס פֿאַרלאָזן זייערע קהילות. אַ צאָל ספּעציעלע אָרגאַניזאַציע העלפֿן די געוועזענע חרדישע ייִדן זיך צוגעוווינען צום נײַעם לעבנס־שטייגער. איין אַזאַ אָרגאַניזאַציע, וואָס הייסט „Footsteps‟, פֿאַראייניקט בערך 800 אַזעלכע מענטשן, ווי עס האָט איבערגעגעבן איר אויספֿיר־דירעקטאָרין, לאַני סאַנטאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.