משפּחה רופֿט עסטרײַך אומצוקערן באַרימט בילד

Family Presses Austria to Return Famous Painting

www.wikipaintings.org

פֿון רויטערס

Published October 17, 2013, issue of November 08, 2013.

ווין. — עסטרײַך איז גרייט אומצוקערן איינס פֿון אירע באַרימטסטע קונסטווערק צו די יורשים פֿונעם געוועזענעם אייגנטימער, אויב אַ פּאַנעל וועט באַשטימען, צי די טענות פֿון די יורשים זענען באַרעכטיקט, האָט די רעגירונג געמאָלדן מיטוואָך.

דער ענין וועגן גוסטאַוו קלימטס „בעטהאָווען פֿריזע‟ איז אַ טעסט פֿון עסטרײַכס געזעצן אין שײַכות מיט אומקערן קונסט, וואָס די נאַציס האָבן צוגעגנבֿעט בײַ די ייִדן. אין 1938, ווען נאַצי־דײַטשלאַנד האָט אַנעקסירט עסטרײַך, איז די משפּחה לעדערער אַנטלאָפֿן קיין שווייץ, און זייער ריזיקע קונסט־זאַמלונג איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די נאַציס.

די זאַמלונג האָט אַרײַנגענומען דאָס וועלט־באַרימטע בילד פֿון 1902, וואָס באַערט די נײַנטע סימפֿאָניע פֿונעם דײַטשישן קאָמפּאָזיטאָר, און געפֿינט זיך הײַנט אין אַ ווינער מוזיי.

עריק לעדערער האָט צוריקבאַקומען דאָס ווערק נאָך דער מלחמה, אָבער מיט אַ תּנאי: עסטרײַך וועט אים בלויז לאָזן עקספּאָרטירן די בילדער, אויב ער פֿאַרקויפֿט די פֿריזע צו דער מלוכה מיט אַ הנחה, האָט איבערגעגעבן דער אַדוואָקאַט פֿון דער משפּחה, מאַרק וועבער.

די „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט איבערגעגעבן, אַז לעדערער האָט מסכּים געווען צו פֿאַרקויפֿן די פֿריזע דער רעגירונג אין 1973 פֿאַר 750,000$ — אַ העלפֿט פֿונעם ווערט פֿון יענער צײַט, לויט אַן אָפּשאַצונג פֿונעם ליציטאַציע־הויז „קריסטיס‟.

ריימאָנד לאַנג, אַ וואָרטזאָגער פֿונעם מיניסטעריום פֿון בילדונג, קונסט און קולטור, האָט איבערגעגעבן, אַז אַ קאָמיטעט פֿון פֿאָרשער פֿון די הויפּט־מוזייען וועט אויספֿאָרשן דעם ענין און אַרײַנגעבן אירע אויספֿירן צו אַ פּאַנעל, וואָס גיט רעקאָמענדאַציעס אין שײַכות מיט פֿאַרגיטיקונג־ענינים.

„דאָס איז זיכער אַ טײַער ווערק,‟ האָט פּאַנעל, געזאָגט. אויף דער פֿראַגע, צי דער ענין איז אפֿשר אַ פֿאַרלוסט פֿאַר עסטרײַך, האָט לאַנג נישט געענטפֿערט. „אויב די פֿאַרמאָגערשאַפֿט איז נישט לעגאַל, וועט מען עס אומקערן,‟ האָט ער באַטאָנט.

וועבער האָט געזאָגט, אַז עס לעבן הײַנט בערך אַ טוץ יורשים פֿון דער לעדערער משפּחה איבער דער וועלט, אָבער ער רעפּרעזענטירט בלויז די יורשים אין דער שווייץ.