עולי־רגל אין אומאַן שאַפֿן נײַע ריטואַלן

Uman Pilgrims Invent New Customs

בײַ תּשליך, אין אומאַן
Yaakov Naumi/Flash90
בײַ תּשליך, אין אומאַן

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published October 17, 2013, issue of November 08, 2013.

אומאַן, אוקראַיִנע. — אַכט טעג נאָכן געבוירן ווערן אין ישׂראל, איז יוסי גאַלאַנטס ייִנגסט קינד שוין געווען 2,000 מײַל פֿון דער היים — אין אומאַן, וווּ מע האָט אים געמאַכט אַ ברית לעבן דעם קבֿר פֿון ר׳ נחמן, דער גרינדער פֿון די בראָסלעווער חסידים, באַגלייט מיט די התפּעלותדיקע תּפֿילות פֿון טויזנטער ייִדן.

„ס׳איז געווען זייער אַ רירנדיקע איבערלעבונג, וואָס וועט אים זײַן אַ סגולה אין שפּעטערע יאָרן, ווען ער דאַרף געמישפּט ווערן פֿונעם אייבערשטן,‟ האָט גאַלאַנט געזאָגט דער ייִט״אַ.

דאָס איז געווען איינע פֿון פֿיר ברית־צערעמאָניעס, וואָס מע האָט הײַיאָר אָפּגעהאַלטן אין אומאַן בעת דעם יערלעכן צוזאַמענפֿאָר, ערבֿ־ראָש־השנה, צו ר׳ נחמס קבֿר. יעדעס יאָר בעת די ימים־נרואים ווערט די שטאָט פֿון 85,000 אײַנוווינער פֿאַרפֿלייצט מיט בערך 25,000 ייִדישע פּילגרימען; ס׳רובֿ פֿון זיי — מענער פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָבן די עולי־רגל קיין אומאַן אָנגעהויבן עטלעכע נײַע ריטואַלן בײַ ר׳ נחמנס קבֿר: ערשט־חתונה געהאַטע בראָסלעווער פּאָרלעך פּראַווען דאָ זייערע קושוואָכן; פֿרויען פֿירן אָן מיט תּפֿילה־גרופּעס און „נעמען חלה‟ [נעמען אַראָפּ אַ שטיקל טייג פֿאַרן באַקן, און פֿאַרברענען עס, לזכּרון וואָס מע פֿלעגט אַ מאָל אַראָנעמען פֿאַרן כּהן].

אָבער דעם גרעסטן אויפֿמערק — סײַ פּאָזיטיוו, סײַ נעגאַטיוו — האָט צוגעצויגן דער ברית־ריטואַל. „דער נײַער ׳דזשימדזשיק׳ גייט קעגן דער הלכה און ווײַזט אַרויס ביטול קעגן דער מיצווה פֿון ברית־מילה, און קעגן דער הייליקייט פֿונעם מענשטלעכן לעבן,‟ האָט דערקלערט הרבֿ אַבֿי זרקי, אַ באַקאַנטע ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט און מוהל פֿון תּל־אָבֿיבֿ. „דערצו האָבן זיי עס אײַנגעפֿירט דווקא אין אייראָפּע, וווּ מע זוכט הײַנט כּסדר תּירוצים צו באַקעמפֿן ברית־מילה,‟ האָט ער געזאָגט.

„כ׳פֿאַרשטיי בשום־אופֿן נישט פֿאַר וואָס מענטשן וואָלטן געבראַכט אַ נײַ־געבוירן קינד צו אַ קבֿר פֿאַר אַ ברית,‟ האָט באַמערקט דער הויפּט־רבֿ פֿון אוקראַיִנע, ר׳ דבֿ בלייך. „זייער מאָדנע.‟

גאַלאַנטס זון האָט באַקומען דעם ברית ליגנדיק אויף אַ רעפּליקע פֿון ר׳ נחמנס שטול, אין דער „אַלטער קלויז‟, נישט ווײַט פֿונעם קבֿר. דעם צווייטן טאָג האָט אַ נײַ־געבוירן קינד פֿון גאַלאַנטס שוועסטערקינד, ישׂראל־מאיר יעגודאַיעוו, געהאַט אַ ברית בײַם קבֿר גופֿא. „מע דאַרף זיך נישט זאָרגן,‟ האָט גאַלאַנט געזאָגט. „הײַנט קען מען אין אומאַן באַקומען גוטע מעדיצינישע באַהאַנדלונג.‟

די פּילגרימען לויבן גאָט דורך געזאַנג, בײַם קבֿר פֿון ר׳ נחמן בראָסלעווער, דעם 7טן סעפּטעמבער 2013
Yaakov Naumi/Flash90
די פּילגרימען לויבן גאָט דורך געזאַנג, בײַם קבֿר פֿון ר׳ נחמן בראָסלעווער, דעם 7טן סעפּטעמבער 2013

גאַלינאַ באָריסאָוונאַ, וועלכע פֿירט אָן מיט דער פּעדריאַטרישער קליניק אין אומאַן, איז נישט מסכּים. „ס׳איז נישט־אַחריותדיק צו מאַכן אַ ברית פֿאַר אַ קינד אין אומאַן, ווען דער נאָענטסטער מאָדערנער שפּיטאָל איז 200 מײַל אַוועק,‟ האָט זי געזאָגט. „מע דאַרף זײַן משוגע צו ברענגען אַ וואָך־אַלט עופֿעלע אויף אַן אָרט, וווּ עס געפֿינען זיך טויזנטער מענטשן, און דערצו אים מל זײַן אין אַזוינע נישט־היגיענישע אומשטאַנדן.‟

אָבער ניקאָלײַ וואַסיליעוויטש, אַ כירורג אינעם אומאַנער קליניק, זאָגט, אַז די ריזיקע איז איבערגעטריבן. במשך פֿון דער וואָך פֿון ראָש־השנה, פֿירן די ברעסלאָווער חסידים אָן טאָג־און־נאַכט מיט זייער אייגענער קליניק, כּדי צו באַהאַנדלען נויטפֿאַלן און נישט־ערנסטע וווּנדן.

„ברית־מילה איז נישט קיין שווערע פּראָצעדור — האָט ניקאָלײַ וואַסיליעוויטש געזאָגט — און מיר האָבן די נייטיקע מכשירים צו באַהאַנדלען אַלע מעגלעכע קאָמפּליקאַציעס.‟