ייִדיש־לינגוויסטיק לזכר נעמי קאַדאַר

Yiddish Linguistics in Memory of Naomi Kadar

פֿון רעכטס: ד״ר שׂרה בונין בענאָר, שמואל פּערלין, ד״ר איזאַבעל באַריער און ד״ר הערשל גלעזער
פֿון רעכטס: ד״ר שׂרה בונין בענאָר, שמואל פּערלין, ד״ר איזאַבעל באַריער און ד״ר הערשל גלעזער

פֿון לייזער בורקאָ

Published October 17, 2013, issue of November 08, 2013.

בראשית ברא אלהים — אין אָנהייב האָט דער אייבערשטער געשאַפֿן די ייִדישע פֿילאָלאָגיע. און די פֿילאָלאָגיע איז געווען אַ גאַנצקייט, און זי איז געשטאַנען אין צענטער פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג. מען דאַרף נאָר טראַכטן וועגן די גרינדער פֿונעם אַמאָליקן ייִוואָ, וואָס זײַנען געווען שפּראַך־פֿאָרשער: דער איניציאַטאָר, נחום שטיף, ווי אויך די הויפּט־טוער אין ווילנע: מאַקס ווײַנרײַך, זעליג קלמנאָוויטש און זלמן רייזען. אָבער ס’האָט אויסגעבראָכן די מלחמה, און אין אַמעריקע האָט דער אייבערשטער פֿונאַנדערגעטיילט די לינגוויסטיק און דעם פֿאָלקלאָר פֿון דער ליטעראַטור־פֿאָרשונג און דער קולטור־געשיכטע, און ער האָט זיי אַלע געמאַכט פֿאַר באַזונדערע דיסציפּלינען. און די ליטעראַטור־פֿאָרשונג איז געפֿאַלן אויף אַ גוטן באָדן, און איז געוואַקסן, אָבער די ייִדישע לינגוויסטיק איז געפֿאַלן אויף האַרטע שטיינער, און איז צו ביסלעך אײַנגעדאַרט געוואָרן… ביזן הײַנטיקן טאָג, ווען אַפֿילו דער ייִוואָ איז געבליבן אָן אַ לינגוויסט.

אַז דער איצטיקער מעמד פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק אין אַמעריקע איז ניט קיין באַרעכטיקטער, האָט זיך אַרויסגעוויזן בײַם אָוונט לזכר נעמי פּראַווער קאַדאַר, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן אָקטאָבער בײַם ייִוואָ, דווקא אין „קאָלומבוס־טאָג‟. קודם־כּל, האָט ד״ר הערשל גלעזער, ביז לעצטנס דער דעקאַן פֿונעם מאַקס ווײַנרײַך־צענטער בײַם ייִוואָ, דערציילט אַ ביסל וועגן דער פֿאַרשטאָרבענער ייִדיש־לערערין נעמי קאַדאַר, אין וועמענס נאָמען מע האָט אויך פֿאַרן גאַנצן עולם צוגעגרייט עסן און טרינקען כּיד־המלך. דערנאָך האָט ער פֿאָרגעשטעלט נאָך דרײַ ייִדישע לינגוויסטן, וואָס האָבן געהאַלטן קורצע לעקציעס אויף אַן ערנסטן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ פֿאַר אַ געפּאַקטן זאַל, וואָס האָט זיי אויסגעהערט מיט אָנגעשטעלטע אויערן. דערבײַ האָבן די לעקטאָרן באַוויזן, אַז די ייִדישע לינגוויסטיק קען הײַנט פֿאַראינטערעסירן אַ ברייטן עולם און אויך ברענגען וויכטיקע חידושים, וואָס קענען העלפֿן אונדזער ייִדישער קולטור־וועלט בעסער צו פּלאַנירן, ווי צו אינוועסטירן אונדזערע באַגרענעצטע רעסורסן.

ד״ר איזאַבעל באַריער, אַ פֿראַנצייזישע לינגוויסטקע וואָס פֿאָרשט דאָס חסידישע ייִדיש אין ברוקלין, האָט דערקלערט „קאָלומבוס־טאָג‟ פֿאַר אַ בייזן סימן אין דער לינגוויסטישער היסטאָריע: דער אָנהייב פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה, ווען קאָלומבוס האָט „אַנטדעקט‟ אַמעריקע, האָט אויך געפֿירט צו דער פֿאַרטיליקונג פֿון הונדערטער שפּראַכן אין די קאָלאָניזירטע לענדער. שמואל פּערלין, דער צווייטער רעדנער, האָט אַרויסגעהויבן, אַז די ירידה פֿון ייִדיש איז פֿאַרבונדן ניט בלויז מיט די טרויעריקע פֿאַקטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע, נאָר אויך מיט די גרויסע פּראָצעסן פֿון גלאָבאַליזאַציע, וואָס באַגראָבן שפּראַכן איבער דער גאָרער וועלט.

באַריערס פֿאָרשונג באַשטעטיקט דעם אײַנדרוק, אַז די ייִדישע שפּראַך איז בײַ די חסידים אין גוטע הענט. די צאָל ייִדיש־רעדערס אין די חסידישע געגנטן אין ברוקלין איז אין משך פֿון 10 יאָר געשטיגן מיט 30%. פֿון די רעקאָרדירטע שמועסן צווישן די מאַמעס מיט זייערע קינדער האָט זי אויסגעפֿונען, אַז דער פּראָצענט ענגליש, אַרײַנגעמישט אינעם חסידישן ייִדיש, וואַריִיִרט נאָר פֿון 3% ביז 10%; דאָס איז נאָרמאַל אין אַ צוויישפּראַכיקער באַפֿעלקערונג. דער פּראָצענט ענגליש איז טאַקע ניט אַזוי הויך, אָבער ער איז פֿאָרט אַ וויכטיקער קאָמפּאָנענט, ווײַל אָן אים קלינגט ייִדיש ניט „היימיש‟ פֿאַר די חסידים.

אַ געוויסער פּראָצענט ענגליש שאַדט אויך ניט דער ייִדיש־קאָמפּעטענץ פֿון די קינדער. אַפֿילו בײַ קינדער, וואָס הערן ענגליש אַ העלפֿט פֿון דער צײַט, איז בײַ זיי פֿעסט די גראַמאַטישע סטרוקטור פֿון ייִדיש, נאָר זייער וואָקאַבולאַר איז מער באַגרענעצט ווי בײַ אַזעלכע, וואָס הערן ייִדיש די גאַנצע צײַט. בײַ די, וואָס הערן ווייניקער ווי 30% ייִדיש, אָבער, אַנטוויקלט זיך ניט די געהעריקע שפּראַך־קאָמפּעטענץ. אויפֿן סמך פֿון דעם ווייסט מען, אַז אַ צוויישפּראַכיקער ייִדישער לערנפּלאַן איז מער־ווייניקער אַרויסגעוואָרפֿן, אויב די קינדער הערן ווייניקער ווי 30% ייִדיש. און מען פֿאַרשטייט אויך, פֿאַר וואָס די תּלמידים פֿון די אַמאָליקע וועלטלעכע ייִדישע שולן, וואָס פֿלעגן זיך טרעפֿן נאָר דרײַ מאָל אַ וואָך אויף אַ פּאָר שעה, האָבן זיך באמת ניט געקענט אויסלערנען די שפּראַך.

אין כּמות קען דער וועלטלעכער ייִדיש־סעקטאָר, ווי שמואל פּערלין האָט אים באַשריבן, זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט דער חסידישער וועלט; אָבער אין איכות איז די צאָל פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען פֿון די כּלערליי אָרגאַניזאַציעס נאָך אַלץ צום באַוווּנדערן. די צרה איז טאַקע, וואָס די צאָל אָרגאַניזאַציעס איז אפֿשר צו גרויס און די רעסורסן קלעקן ניט אויף אַלע. די הײַנטיקע טעכנאָלאָגיע און די נײַע וויסנשאַפֿט פֿון שפּראַך־באַנײַונג (Revivalistics) גיבן אונדז אַ פֿרישע געלעגנהייט צוריק אויפֿצושטעלן די לינגוויסטישע המשכדיקייט מיט די פֿאַרגאַנגענע דורות, וואָס איז איבערגעריסן געוואָרן. מיר דאַרפֿן נאָר אַרבעטן צוזאַמען — אַזוי האָב איך געדרונגען פֿון פּערלינס רייד — כּדי אויסצוניצן די דאָזיקע געלעגנהייט.

אַ געוויסן אומקער צו ייִדיש האָט ד״ר שׂרה בונין־בענאָר געפֿונען בײַ די מער מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע ייִדן אין אַמעריקע, וואָס ייִדיש איז געוואָרן בײַ זיי אַ וויכטיקער טייל פֿון זייער אָרטאָדאָקסישער אידענטיטעט. רעדן קענען זיי ניט רעדן ייִדיש, אָבער אַ צאָל ווערטער פֿאַרבונדן מיט פֿרומקייט, זײַנען געוואָרן מער פּאָפּולער, אַ שטייגער שול (shul) און לייענען (to leyen). אויך די ניט־רעליגיעזע ווערטער שמועסן (shmooze), קלאָץ (klutz) און שפּיל (shpiel) זײַנען געוואָרן מער פֿאַרשפּרייט צווישן יונגע ייִדן — צום טייל דערפֿאַר, ווײַל ניט־ייִדן האָבן זיי אויפֿגעכאַפּט.

סײַ בײַ די וועלטלעכע ייִדן, סײַ בײַ די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן און טראַדיציאָנאַליסטן איז געבליבן אַ פֿאַרבינדונג צו ייִדיש ווי די שפּראַך פֿון זייערע אָבֿות. די 10 מיליאָן אַשכּנזים איבער דער וועלט זײַנען, זאָגט פּערלין, אַ „מעטאַ־לינגוויסטישע קהילה‟ — אַ גרויסער רעזערוו פֿון פּאָטענציעלע ייִדיש־רעדער. די עצם־פּראָבלעם פֿון דער ייִדישער שפּראַך־באַנײַונג איז: ווי אַזוי צו רעאַליזירן דעם דאָזיקן פּאָטעניציאַל.