בערך מיט זיבן חדשים צוריק איז געוואָרן 85 יאָר זינט דעם טאָג (געשען איז עס דעם 28סטן מאַרץ 1928), ווען די סאָוועטישע רעגירונג האָט אָנגענומען אַ דעקרעט וועגן אויסטיילן אַ ווײַט-מיזרחדיקע טעריטאָריע פֿאַר דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע, און אין מײַ 1928 זײַנען אַהין, אין דעם „סאָוועטישן ציון‟, שוין געקומען די ערשטע איבערוואַנדערער. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די געשיכטע פֿון ביראָבידזשאַן. ווי מיר ווייסן, עקזיסטירט דאָס דאָזיקע ייִדישע לאַנד ביזן הײַנטיקן טאָג, כאָטש די צאָל ייִדן איז דאָרטן זייער אַ „באַשיידענע‟ אָדער, אַנדערש געזאָגט, אויפֿן שפּיץ מעסער. אין אַלע אַנדערע הינזיכטן איז ביראָבידזשאַן אַ געוויינטלעכע רוסישע געגנט, מיט די זעלביקע פֿרייד און האַרצווייטיקן.
ווי אין אַלע רוסישע שטעט און דערפֿער, איז אין ביראָבידזשאַן שטאַרק אַנטוויקלט געוואָרן האָמאָפֿאָביע, בפֿרט נאָך, אַז די צענטראַלע מאַכט צוזאַמען מיט די פּראַוואָסלאַוונע גלחים און אַקטיוויסטן, הערן ניט אויף צו זידלען די האָמאָסעקסועלע לײַט, טענהנדיק אַז די רייד גייט ניט וועגן מענטשן, וועלכע די נאַטור האָט אַ ביסל אַנדערש געמאַכט, נאָר, כּלומרשט, וועגן אַ געפֿערלעכער פּסיכישער און סאָציאַלער קרענק, וואָס איז געקומען אין רוסלאַנד ווי אַן אָנשיקעניש פֿון דעם דעקאַדענטישן מערבֿ. דער אינטערנעץ-קאַנאַל פֿון נײַעס אין ביראָבידזשאַן, EAOmedia.ru, האָט געמאָלדן זומערצײַט, ווען די רוסישע „דומע‟ (פּאַרלאַמענט) האָט אָנגענומען אַ געזעץ קעגן פּראָפּאַגאַנדע פֿון האָמאָסעקסואַליזם, אַז דער היגער עולם האַלט אונטער דעם דאָזיקן געזעץ. נאָך מער: אַ סך מענטשן וואָלטן געוואָלט זען גרעסערע און שטרענגערע שטראָפֿן פֿאַר אַזאַ מין „פּראָפּאַגאַנדע‟.
אמת, קיין קלאָרע דעפֿיניציע, וואָס מע מיינט ווי האָמאָסעקסועלע פּראָפּאַגאַנדע, איז ביזן הײַנטיקן טאָג, דאַכט זיך, ניטאָ. יעדער פֿאַרשטייט עס אויף זײַן אייגענעם אופֿן. דער געזעץ אַליין איז, אין תּוך אַרײַן, געוואָרן אַן אמתע, גאַנץ עפֿעקטיווע פּראָפּאַגאַנדע פֿון שׂינאה צו מענטשן, וועלכע זײַנען סעקסועל אַנדערש אָריִענטירט. די צאָל אָנפֿאַלן אויף אַזעלכע „אַנדערע‟ איז אויסגעוואַקסן. ניט צופֿעליק — און, לויט מײַן מיינונג, ריכטיק — פּראָטעסטירט מען אין אויסלאַנד קעגן דער פּאָזיציע פֿון דעם רוסישן פּאָליטישן און קלעריקאַלן עסטעבלישמענט.
קיין חידוש ניט, אַז אייניקע רוסן האַלטן עס פֿאַר זייער פּאַטריאָטישן חובֿ צו קעמפֿן קעגן דער דאָזיקער „אָנשיקעניש‟. ס’איז דאָך באַוווּסט, אַז פֿון משוגענע גענדז באַקומען זיך משוגענע גריוון. געשען איז עס אויך אין ביראָבידזשאַן, וווּ איינע אַ פֿרוי איז, נעבעך, אַזוי צעטומלט געוואָרן, אַז זי האָט אײַנגעזען אַ בולטן סימן — אַ רעגן-בויגן! — פֿון האָמאָסעקסועלער פּראָפּאַגאַנדע אַפֿילו אין דער פֿאָן פֿון דער ייִדישער געגנט. די דאָזיקע פֿרוי האָט מען ניט געשיקט צו דאָקטוירים, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט פּסיכישע פּראָבלעמען, נאָר מיט דעם ענין האָט זיך פֿאַרנומען דער העראַלדישער ראַט, וואָס עקזיסטירט בײַם רוסלענדישן פּרעזידענט.
דעם 16טן סעפּטעמבער האָט דער דאָזיקער העראַלדישער ראַט געענטפֿערט דער פֿרוי, אַז ניט יעדער רעגן-בויגן דינט ווי אַ סימבאָל פֿון דער באַוועגונג פֿאַר די רעכט פֿון האָמאָסעקסועלע לײַט. מע האָט איר דערקלערט, אַז דער „ריכטיקער סימבאָל‟ זעט אויס אַנדערש. קודם-כּל, האָט ער אַן אַנדער צאָל ליניעס. דערפֿאַר קען זי, די רוסישע בירגערין (איר נאָמען ווערט ניט אַנטפּלעקט), שלאָפֿן רויִק. מיט אַנדערע ווערטער: ניט אַלץ, וואָס עס שטעקט אַרויס פֿון דער ערד, איז אומבאַדינגט אַ שוואָם.
אַגבֿ, דאָס איז לעצטנס לחלוטין ניט דער איינציקער פֿאַל, ווען אין רוסלאַנד האָט מען זיך שטרענג צוגעקוקט צום רעגן-בויגן. דאָס הייסט, אַז ווען די נאַטור מאַכט אַזעלכע זאַכן, למשל, נאָך אַ רעגן, טאָלערירט מען זיי נאָך דערווײַל. אָבער ווען אַ רעגן-בויגן ווערט געמאַכט דורך מענטשן, קען עס שוין אַרויסרופֿן אַ חדש מצד די וואַכיקע בירגער. אין פּעטערבורג האָבן פּראַוואָסלאַוונע גאָטס סטראַפּטשעס געפֿאָדערט (און אפֿשר פֿאָדערן נאָך אַלץ), מע זאָל קאָנטראָלירן אייניקע קאָנטיינערס מיט מילך-פּראָדוקטן, ווײַל זיי טראָגן אויך אַזעלכע „פֿאַרדעכטיקע‟ פֿילקאָליריקע אימאַזשן. און אין דער שטאָט מאַגניטאָגאָרסק האָט מען ערנסט באַטראַכט אַ סלופּ, ווײַל מע האָט באַמערקט, אַז ער איז יאַקאָס רעגן-בויגנדיק אויסגעפֿאַרבט.
אין יעדער געזעלשאַפֿט זײַנען דערווײַל דאָ איבערגענוג מענטשן, וואָס האָבן פֿײַנט אַלע מינים אַנדערשקייטן. אין רוסלאַנד איז עס לאַנגע יאָרן געווען אַסאָציִיִרט מיט ייִדישקייט. הײַנט האָט מען זיך גענומען צו די האָמאָסעקסועלע. כאַראַקטעריש, אַז אַנטיסעמיטיזם איז קיין מאָל ניט געווען לעגאַל קאָדיפֿירצירט אין די סאָוועטישע צײַטן. אָבער האָמאָפֿאָביע האָט יאָ באַקומען אַ לעגאַלן דאַך אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.