געזען אַזאַ טיטל פֿון אַ טעאַטער־שטיק אויף בראָדוויי, האָב איך באַשלאָסן אָפּצושטאַטן אַ וויזיט. שוין זשע, האָב איך געטראַכט, פֿאַרמיאוסט מען שוין ווידער אונדזער פּנים? די ענגלישע פּרעסע רופֿט עס אָן אַ קאָמעדיע און שאַצט עס אָפּ, ווי „די בעסטע קאָמעדיע פֿונעם סעזאָן ביז אַהער.‟ דער אמת איז, אַז רעצענזירט האָט עס אַ גוי און אפֿשר איז ער אַ ייִד און וויל נישט מען זאָל עס וויסן.
אַז אָך און וויי צו דער קאָמעדיע, ס’איז אַ טראַגישע פּיעסע, ווי זאָגט מען בײַ אונדז, „טאַטע דו לאַכסט? ס’איז אַן אָך און וויי צו דײַן געלעכטער.‟
די דראַמע האָט צו טאָן מיט אונדזערע הײַנטיקע אייניקלעך. ווער זײַנען זיי? ווי אַזוי האָט מען זיי אויפֿגעכאָוועט און פֿאַר וואָס האָט מען פֿאַרפֿעלט צו דערציִען זיי ווי ייִדן? אָפּגעפֿרעמדט פֿון באָבע־זיידע, זייער ייִדישקייט האַלט בײַם זינקען, זייער אָנגעהעריקייט צו דער משפּחה, צום ייִדישן פֿאָלק, שוין אָפּגערעדט צו אייגענע ברידער און שוועסטער, איז אַ מינימאַלע. טרעפֿט מען זיך אינעם הויז פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם זיידן, וואָס איינער פֿון די דרײַ אייניקלעך איז אַפֿילו נישט געקומען צום „פּאַפּיס‟ לוויה, ווײַל ער האָט פֿאַרווײַלט די צײַט אין די שניי־בערג מיט זײַן שיקסל, וועמען ער וויל נעמען פֿאַר אַ ווײַב. איז וווּ געהערט דאָ אַ זיידע, וואָס איז אַדורך אוישוויץ מיט אַ נומער אויפֿן אָרעם; בלויז איינער פֿון זיי האָט עס יאָ באַמערקט. ווער זשע איז ער געווען, זייער זיידע? זיכער, אָנגעזאַפּט מיט איבערלעבונגען און לעבנס־חכמה.
די הויפּט־ראָליסטקע דאַפֿנאַ (טרייסי טשימאָ) אַן ערשט־קלאַסיקע אַקטריסע, פֿרעגט בײַם שיקסל (מעלאָדי), געשפּילט פֿון מאַלי רענסאָן:
„וואָס איז דאָס אויף דײַן פֿוס?‟ — ענטפֿערט זי:
„אַ טאַטו! ס’איז אַ מוזיקאַלישער נאָטן־שליסל. איך קען ייִדן מיט טאַטוס (…), כאָטש דאָס ייִדישע געזעץ פֿאַרווערט טאַטויִרונג.‟
זאָגט דאַפֿנאַ, אַז פּאַפּי האָט אויך געהאַט אַ טאַטו, אָבער דאָס איז נישט געווען פֿון פֿרײַען ווילן.
„ווייסטו כאָטש דעם ייִדישן נאָמען פֿון מײַן ברודער ליאַם?… ער הייסט שלמה.‟
מעלאָדי צעלאַכט זיך, ס’מאַכט איר פֿריילעך דער נאָמען. זאָגט זי אויס דאַפֿנאַן פֿון וואַנען איר משפּחה שטאַמט:
„די מאַמע שטאַמט פֿון האָלאַנד און אירלאַנד, און מײַן פֿאָטער איז פֿון אַ דײַטשן אָפּשטאַם.‟
דער עלטערער ברודער דזשאָנאַ (פֿיליפּ עטינגער) איז אַ שווײַגער, וויל זיך נישט מישן אין די סקאַנדאַליעזע אויסברוכן פֿון דער שוועסטער און ייִנגערן ברודער. די גרויסע מהומה ברעכט אויס, ווען דער ייִנגערער ברודער וויל דווקא האָבן דעם זיידנס גאָלדענעם „חי‟, וואָס יענער האָט געטראָגן ס’גאַנצע לעבן. ער וויל מיט דעם „חי‟, אַנשטאָט אַ דימאַנטן רינגל, בעטן זײַן שיקסל צו ווערן זײַן כּלה, אָנטאָן דעם איר דעם „חי‟ אויפֿן האַלדז.
די חבֿרה ברידער און שוועסטער האַלטן זיך אין איין רײַסן בײַ די קעפּ, איינער באַשולדיקט דעם צווייטן אין אָפּגעפֿרעמדקייט — סײַ איינער פֿונעם אַנדערן און סײַ פֿון דער משפּחה. און איך זיץ זיך און טראַכט, עס איז שוין געקומען די העכסטע צײַט מען זאָל שילדערן, ווי אַזוי די אַמעריקאַנער ייִדן ווערן אָפּגעפֿרעמד פֿון אייגענע, פֿון טאַטע־מאַמע, פֿון באָבע־זיידע. מען איז פֿאַרקאָכט אין דער אַמעריקאַנער גאַס, אין איר „קאָקאַ־קאָלאַ‟ קולטור, אין די מאַשינקעלעך ווי די „אײַ־פּאַדס‟ און „אײַפּעדס‟, אין „מעסעדזשינג‟ אין די צעלולאַרע טעלעפֿאָנדלעך, וועלכע זאָגן דיר אָן, וואָס די דאַטע איז און ווי שפּעט עס איז אין לאָנדאָן, און וואָס ס’הערט זיך אויף דער בערזע און וווּ איז דער נאָענסטער „סטאַרבאַקס‟, אויב ס׳פֿאַרגלוסט זיך זיי אַ קאַווע.
און דאָ זײַנען זיי זיך צונויפֿגעקומען צו דיסקוטירן וויפֿל ס‘איז ווערט דעם זיידנס קאָאָפּעראַטיווע דירה אויף וועסט־ענד עוועניו אין מיטן מאַנהעטן; מסתּמא, אַן אַפּויתּיקא, יעדער איינער וויל אָפּלעקן אַ ביינדל. איך שטוין, דער דראַמאַטורג (דזשאַשואַ האַרמאָן) האָט געכאַפּט דאָס פֿאָרטל, ווײַל דאָס אייגענע קומט פֿאָר הײַנט כּמעט אין יעדער ייִדישער שטוב, וווּ די קינדער און אייניקלעך זײַנען אויסן בלויז זייער אייגענעם אינטערעס, לוקסוס, פֿאַרגעניגנס, פּלאַסטישע אָפּעראַציעס, עקסקורסיעס אויף אַן אַפֿריקאַנער „סאַפֿאַרי‟, טעניס, גאָלף, דאַכט זיך, גענוג? ניין! רײַזעס קיין וויעטנאַם און טימבאַקטו, מיט איין וואָרט, וווּ קומט דאָ אַרײַן דאָס פּינטעלע ייִד? די קינדער שטערן, באָבע־זיידע זײַנען אַן עול אויפֿן קאָפּ. געוואַלד ייִדן, וווּ זײַנען מיר דערגאַנגען?
און צום סוף, באַווײַזט דזשאַש, אַז ער האָט טאַטויִרט דעם זיידנס קאַצעט־נומער אויף זײַן אָרעם. איז דאָס אַן אויסדרוק פֿון ליבשאַפֿט צום זיידן? אָדער סתּם אַ חנדל. ווער ווייסט. איין זאַך איז קלאָר, מיר האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ דור המידבר. אָבער דאָס מאָל גייען מיר דורכן מידבר פֿון שוווילטאָג, ס’איז דער זעלבער מידבר, נאָר אַנדערש געשלײערט. מיט איין וואָרט, ס’איז געקומען די העכסטע צײַט מען זאָל ווײַזן אונדזער ייִדישע שאַנדרע־באַנדרע. אַמעריקע האָט אונדז פֿאַרפֿירט מיט איר גוטסקייט און מיר צאָלן אַ טײַערן פּרײַז דערפֿאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.