דאָס ישׂראלדיקע רבנות האָט אָפּגעוואָרפֿן אַ בריוו, אין וועלכן הרבֿ אַבֿי ווײַס, דער באַקאַנטער מנהיג פֿון דער באַוועגונג פֿאַר „אָפֿענער אָרטאָדאָקסיע‟, געבעטן צו אָנערקענען ווי ייִדן אַן אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק, וואָס וויל חתונה האָבן אין ישׂראל. די ניו־יאָרקער ייִדישע צײַטונג „Jewish Week‟ האָט איבערגעגעבן, אַז אַזעלכע מעשׂיות זענען אויך געשען, לכל־הפּחות, מיט 10 אַנדערע רבנים.
ווײַס פֿירט שוין לאַנג אָן מיטן „העברעיִשן אינסטיטוט‟ אינעם ניו־יאָרקער ראַיאָן ריווערדייל. ווי ער האָט באַטאָנט אין אַ שמועס מיט „Jewish Week‟, האָט דער אָפּזאָג פֿונעם רבנות געהאַט אַ פּאָליטישן טעם, צוליב זײַן שײַכות צו דער ליבעראַל־אָרטאָדאָקסישער ישיבֿה „חובֿבֿי תּורה‟, וועלכע ער האָט געגרינדעט און מיט וועלכער ער האָט אָנגעפֿירט; ווי אויך אין שײַכות מיט דער סעמינאַריע „ישיבֿת־מהר״ת‟ פֿאַר מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿרויען.
דער רבֿ האָט איבערגעגעבן, אַז דאָס ישׂראלדיקע הויפּט־רבנות האָט שוין באַקומען פֿון אים „אומצאָליקע בריוו‟. די אַנדערע רבנים, וועלכע האָבן זיך אָנגעשטויסן אין דער זעלבער סיטואַציע, האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו געבן אַן אינטערוויו. די אינצידענטן זענען געשען בערך מיט אַ האַלב יאָר צוריק.
במשך פֿון צענדליקער יאָרן, האָט די ישׂראלדיקע רבנות געפֿאָדערט פֿון יעדן פּאָרפֿאָלק, וואָס קלײַבט זיך חתונה צו האָבן, צו דערווײַזן, אַז זיי זענען ייִדן און זענען דערצו נישט חתונה־געהאַטע. מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט די אָפֿיציעלע רבנישע אינסטאַנץ באַשלאָסן, אַז מענטשן, וואָס האָבן זיך מגייר געווען דורך אַן אָרטאָדאָקסישן בית־דין אין אַן אַנדער לאַנד, ווערן נישט אָנגענומען אויטאָמאַטיש ווי ייִדן. בלויז אַ קליינע צאָל בתּי־דינים אַרום דער וועלט ווערן אָנערקענט אין ישׂראל ווי לעגיטימע אינסטאַנצן, וואָס שייך דעם ענין פֿון גירות.
הרבֿ סעט פֿאַרבער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „ITIM‟, וואָס העלפֿט מענטשן צו באַהאַנדלען די ביוראָקראַטישע פּראָבלעמען מיטן ישׂראלדיקן רבנות, האָט געטענהט, אַז געבוירענע ייִדן וועלן פֿון איצט אָן זיך אויך מוטשען מיט דער זעלבער פּראָבלעם. אויב זיי ווילן חתונה האָבן אין ישׂראל, וועט דאָס רבנות בײַ זיי אויך פֿאָדערן אַ דערווײַז, אַז זיי זענען טאַקע ייִדן. פֿאַרבער האָט צוגעגעבן, אַז במשך פֿון דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע, האָט מען זיך תּמיד פֿאַרלאָזט אין אַזעלכע פֿאַלן אויף די אָרטיקע רבנים.
ווי פֿאַרבער האָט דערקלערט „Jewish Week‟, שאַפֿט זיך צו ביסלעך אַ מצבֿ, ווען דאָס רבנות וועט פֿאָדערן בײַ יעדן ייִד אַ צעטל פֿון אַן אָנערקענטן בית־דין. דאָס איז, אָבער, אינגאַנצן אוממעגלעך אין צפֿון־אַמעריקע, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין צענטראַליזירטע רבנישע אינסטאַנץ און די ייִדישע קהילות פֿירן זיך אומאָפּהענגיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.