אין דער מערבֿדיקער קולטור איז שוין פֿון לאַנג אָנגענומען, אַז אַ מאַן דאַרף זיך ניט צו פֿיל פּוצן. אַפֿילו דער פֿראַנט, דער פֿאַצעט, וואָס גיט אָפּ שעהען, כּדי אויסצוזען עלעגאַנט, וועט זיך באַמיִען, אַז די אַרבעט זאָל זיך ניט צו פֿיל אָנזען, און אַז זײַן עלעגאַנץ זאָל אויסזען ספּאָנטאַן און נאַטירלעך. וועגן דעם סטאַנדאַרד פֿון מענערישער שיינקייט זאָגט מײַן זיידע, למשל: אַז אַ מאַן דאַרף זײַן אַ ביסל שענער פֿון אַ מאַלפּע.
אין די לעצטע יאָרן מערקט זיך, פֿון דעסטוועגן, אַ ביסל אַן אויסגלײַך־טענדענץ צווישן די שיינקייט־אידעאַלן פֿון מענער און פֿרויען. אַ נישקשהדיקער פּראָצענט מענער, די אַזוי גערופֿענען “מעטראָסעקסואַליסטן”, האָבן אָנגעהויבן אַדאָפּטירן די נײַסטע מאָדעס, זיך פּודערן און באַשפּריצן מיט פֿאַרשיידענע וואַסערן. בכלל זײַנען די באַגריפֿן מענערישקייט און פֿרוייִשקייט הײַנט געוואָרן צעשווענקט; ס’איז קלאָר, אַז דאָס זײַנען דווקא ניט אײַנגעבוירענע אייגנשאַפֿטן, נאָר, אין אַ גרויסער מאָס, קולטורעלע קאָנסטרוקציעס. אין די גרויסע שטעט, ווי ניו־יאָרק, גייען אַרום ניט ווייניק מענטשן, וואָס מע קען באמת ניט דערקענען, צי זיי זײַנען מענער אָדער פֿרויען, אָדער עפּעס אין צווישן.
אין אונדזער וועלט געפֿינט זיך דער באַרבירער אין אַן אומבאַקוועמער סיטואַציע. איך ניץ בכּיוון דאָס וואָרט “באַרבירער” אויפֿן סמך פֿונעם ענגלישן — barber, אַנשטאָט די מער אָנגענומענע ייִדישע ווערטער: פֿריזירער, שערער, פּאַריקמאַכער, גאָלער, ראַזירער, צירולניק אאַז”וו. כאָטש אַ סך פֿריזיר-אַנשטאַלטן זײַנען הײַנט צוויימיניק (unisex), דיפֿערענצירט מען, געוויינטלעך, אויף ענגליש צווישן דעם barber פֿאַר מענער און דעם hairdresser (פֿריזירער) פֿאַר פֿרויען. די אַרבעט איז בעצם די זעלביקע, אָבער אַ סך מענטשן פֿילן זיך מער באַקוועם, ווען מע שערט זיי און מע גאָלט זיי ניט פֿאַר מענטשן פֿונעם צווייטן מין. פּראַקטיש גערעדט, באַשטייט דער חילוק, דער עיקר, אין דעם, וואָס די פֿריזירער קאָסטן אַ סך טײַערער.
די באַרבירער שפּילן נאָך אַ ספּעציעלע ראָלע אינעם אויפֿהאַלטן אַ באַזונדערע מענערישע אידענטיטעט. קודם־כּל, דאַרף די אַטמאָספֿער בײַ זיי זײַן אַ מענערישע: פּשטות, ניט קיין פֿליטערלעך; נאָר בילדער פֿון מענער, קורץ געשוירענע; שערן און עלעקטרישע אַפּאַראַטן, ניט קיין פּודערן און קאָסמעטיק. בײַ די פֿריזירער, ווידער, קען אַלץ אויסזען מער לוקסוסדיק: גרויסע שפּיגלען מיט גאָלדענע ראַמען, פֿינקלענדיקע הענגלײַכטערס און ריזיקע פּאָרטרעטן פֿון אויסגעדאַרטע מאָדעלקעס. אַזוי קען מען גלײַך דערקענען, צי מען געפֿינט זיך אין אַ מענערישן, אָדער אין אַ פֿרוייִשן אָרט.
איבער 20 יאָר גיי איך כּסדר צו דעם זעלביקן באַרבירער — דזשעף, הייסט ער אויף ענגליש, גריגאָרי — אויף רוסיש. ניט ווייניק באַרבירער אין דער ניו־יאָרקער געגנט זײַנען, ווי דזשעף, בוכאַרישע ייִדן, וואָס בדרך־כּלל רעדן זיי הײַנט רוסיש. קינדווײַז, געדענק איך, פֿלעג איך קומען צו דזשעף אין אַ גרויסן פֿריזיר־אַנשטאַלט לעבן אַסטאָר־פּלאַץ, וואָס האָט באַדינט סײַ מענער, סײַ פֿרויען. אָבער באַלד האָט ער געעפֿנט אַן אייגענעם “באַרבערשאַפּ” אויפֿן סט. מאַרקס פּלאַץ. דאָרט, אינעם איסט־ווילעדזש, וווּ די גרענעצן צווישן די מינים זײַנען אַ ביסל פֿאַרווישט, האָט דזשעף געהאַלטן פֿאַר נייטיק אַרויסצוהייבן די מענערישקייט פֿון זײַן אָרט.
אַ טראַדיציאָנעלער ייִד, האָט ער אויף דער וואַנט אויפֿגעהאָנגען אַ גרויס בילד פֿונעם ליובעוויטשער רבין. אויף אַ פּאָליצע בײַם אַרײַנגאַנג, דאָרט וווּ די קונים וואַרטן אויף זייער ריי, איז געלעגן אַ גרויסער הויפֿן פּאָרנאָגראַפֿישע זשורנאַלן. כ’האָב קיין מאָל ניט געזען, מע זאָל דאָרט טאַקע לייענען די דאָזיקע “ליטעראַטור”, אָבער דער שטויס זשורנאַלן אַליין האָט ווי פּראָקלאַמירט: “דאָס דאָזיקע אָרט איז פֿאַר (העטעראָסעקסועלע) מענער!” מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז דער הויפֿן ווידער פֿאַרשוווּנדן געוואָרן — אפֿשר האָט עמעצער זיך באַקלאָגט, אָדער מען האָט אײַנגעזען, אַז דאָס אָרט איז גענוג מענעריש אָן דעם?
דזשעף איז אַ שטילער מענטש, אַ באַשיידענער. די אַלע יאָרן, וואָס איך קען אים, האָט ער כּמעט גאָרניט דערציילט וועגן זײַן משפּחה, וועגן זײַן היטנרגרונט. געוויינטלעך, גיט ער מיר אָפּ אַ ברייטן שלום־עליכם און באַדויערט דעם טרויעריקן פֿאַקט, אַז בײַ 35 יאָר האָב איך נאָך ניט פֿאַרענדיקט די לימודים. פֿון אונדזערע שמועסן האָב איך קיין מאָל ניט געהערט וועגן דער חשובֿער ראָלע פֿונעם באַרבירער אין דער געשיכטע.
דער פֿריזיר־אַנשטאַלט איז הונדערטער יאָר געווען אַ צענטראַל אָרט פֿאַר פֿאַרברענגען, דערציילן נײַעס און פּליאָטקעווען. אין אַ געוויסער מאָס שפּילט עס נאָך אַזאַ ראָלע בײַ די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, אָבער פֿריִער איז געווען אַזוי אויך בײַ ייִדן. אַב. קאַהאַן דערציילט אין זײַנע זכרונות, ווי ער פֿלעגט אין זײַן פֿרײַער צײַט פֿאַרברענגען אין די “באַרבערשאַפּס” אויף דער איסט־סײַד, כּדי זיך צו דערוויסן, וואָס עס טוט זיך אויף דער ייִדישער גאַס, און וואָס דער עולם מיינט וועגן דעם.
מיט דער צײַט האָט דער באַרבירער פֿאַרלוירן אַ סך פֿון זײַן חשיבֿות. הײַנט האָבן מענטשן אַנדערע מיטלען זיך צו דערוויסן די נײַעס, האָט דער באַרבירער ניט די זעלביקע סאָציאַלע פֿונקציע. אין די גאָר אַלטע צײַטן פֿלעגט דער באַרבירער ניט נאָר שערן האָר, ער האָט אויך געדינט ווי אַ כירורג און אַ דאָקטער (מישטיינס געזאָגט). שווער צו וויסן, וויפֿל אומשולדיקע מענטשן זײַנען אומגעקומען צוליב זײַנע פּיאַווקעס, בלוט־לאָזן און אַנדערע אָפּעראַציעס…
בכלל גייען מענער הײַנט זעלטענער צום באַרבירער, ווײַל זינט די 1960ער יאָרן איז בײַ זיי אויפֿגעקומען די מאָדע פֿון לאַנגע האָר. פֿריִער פֿלעגן זיי אַלע פּאָר וואָכן זיך לאָזן אונטערשערן, כּדי אויסצוזען ריין און ציכטיק אויפֿן סאָלדאַטסקע שטייגער (בלע”ז crewcut). אין מײַן אייגענער משפּחה, געדענק איך, ווי דער זיידע פֿלעגט זיך גאָלן צוויי מאָל אַ טאָג: קודם, מיט אַן עלעקטרישן ראַזיר־אַפּאַראַט און דערנאָך מיט אַ געוויינטלעך גאָלמעסערל, קיין שטשעטינע (stubble) זאָל, חלילה, ניט בלײַבן. אָבער איך פֿויל זיך אַפֿילו איין מאָל, און צו דזשעף גיי איך העכסטנס 3־4 מאָל אַ יאָר — ווען פֿרײַנד זאָגן מיר בפֿירוש, אַז מײַנע האָר זײַנען צו לאַנג. דערפֿאַר שפּילט מער ניט דער באַרבירער די אַמאָליקע ראָלע — צוליב ירידת־הדורות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.