דער היסטאָרישער זכּרון

The Past Is Not in Demand


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 22, 2013, issue of November 08, 2013.

בעת אַ קערמעשל, געווידמעט אַ נײַ בוך, האָב איך זיך צערעדט מיט איינעם אַ ניו-יאָרקער זשורנאַליסט. ווי עס מאַכט זיך גאַנץ אָפֿט אין אַזעלכע פֿאַלן, ווען מע רעדט סתּם צוליב רעדן, איז די טעמע געווען אַ צופֿעליקע, דהײַנו: וווּ מענטשן פֿילן זיך באמת גליקלעך. אַ 45־יאָריקער מאַן איז ער אַליין אין יענעם אָוונט געווען טאַקע גליקלעך — סוף-כּל-סוף, האָט ער אויסגעקליבן זײַן באַשערטע. האָט ער מיר געזאָגט, אַז מענטשן מיט אַ ריכטיקן טעם פֿאַר גליק האָט ער לעצטנס באַגעגנט אין קאַליפֿאָרניע. ווי אַזוי האָט מײַן מיטשמועסער אויסגעמאָסטן דאָס גליק? דורך דעם, וואָס יענער, דער הונדערט-פּראָצענטיקער בר-מזל, האָט קיין אַנונג ניט געהאַט, מיט וואָס זײַנע עלטערן באַשעפֿטיקן זיך און פֿון וואַנען זיי קומען.

דאָס איז געזאָגט געוואָרן, פֿאַרשטייט זיך, סאַרקאַסטיש. מיט אַ צײַט צוריק האָב איך שוין געהערט אַן ענלעכן געדאַנק, אַרויסגעזאָגט — אויך מיט סאַרקאַזם — דורך אַ קאָלעגע: אַמעריקע איז גליקלעכער פֿון אייראָפּע, ווײַל אין אַמעריקע קען מען ניט די געשיכטע. און אַז מע גריבלט זיך ניט אין דעם עבֿר, ווערט קלענער דער שטח פֿאַר קאָנפֿליקטן. עס בלײַבט נאָר צו קריגן זיך וועגן הײַנטיקע ענינים.

די טעג רעדט מען אויך די גאַנצע צײַט וועגן דעם, אַז דער אַמעריקאַנער עולם האָט אַ קורצן זכּרון. דאָס הייסט, אַז אין אַ יאָר אַרום, ווען עס וועט קומען די צײַט צו שטימען פֿאַר פּאָליטיקער, וועט מען שוין ניט געדענקען די דערפֿאַרונג פֿון די פֿאַרגאַנגענע טעג, ווען די רעגירונג איז געווען „פֿאַרמאַכט‟, און דאָס לאַנד איז געווען אַרויסגעשטעלט אויף לײַטיש געלעכטער, צוליב אַ פּאָליטיקאַנטישער קריגערײַ אין וואַשינגטאָן.

אַזוי צי אַזוי, אָבער דאָס אָרט פֿון געשיכטע איז מיר גוט באַקאַנט: ס’רובֿ אַמעריקאַנער זײַנען ווייניק באַהאַוונט אין אַזעלכע זאַכן. נאָך מער: מע אינטערעסירט זיך, בדרך-כּלל, ווייניק מיט אַזעלכע זאַכן. דווקא די טעג האָב איך איבערגעלייענט די עסייען פֿון מײַנע סטודענטן, און, ווי שטענדיק, האָבן אַ סך פֿון זיי שוועריקייטן צו טראַכטן געשיכטלעך, צו צעשטעלן געשעענישן אין אַ כראָנאָלאָגישן סדר. איך מיין, אַז שולדיק איז אין דעם די שול, זי לערנט זיי ווייניק, אָדער אין גאַנצן ניט, עס צו טאָן.

אַן אַנדער ענין: פֿרײַטיק האָב איך זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ, וואָס אַ דריטל פֿון איר איז געווען געווידמעט מענדל בייליסעס פּראָצעס, וואָס האָט זיך, ווי מיר אַלע ווייסן, פֿאַרענדיקט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, ווען בעתן געריכט אין קיִעוו איז ער אָנערקענט געוואָרן ווי אַן אומשולדיקער. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ האָט מען ווייניק רעקלאַמירט, ווײַל זי איז געווען מער פֿאַרטראַכט ווי אַן אַקאַדעמישער „רונדער טיש‟. אָבער אייניקע געסט זײַנען סײַ-ווי-סײַ געקומען. האָט מיר איינע פֿון די געסט, אַן עלטערע ייִדישע פֿרוי, אויסגעשולט אין דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, געזאָגט, אַז זי האָט קיין מאָל אין איר לעבן ניט געהערט וועגן דעם בייליס-ענין.

עס וואָלט געווען ניט ריכטיק צו טענהן, אַז דוחק אין אינטערעס צום עבֿר איז אַ ריין אַמעריקאַנישע קרענק. אַ שוואָגער מײַנער, אַ געוועזענער מאָסקווער און הײַנט אַ תּושבֿ פֿון סיִעטל, האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט זײַן משפּחה-געשיכטע נאָר צוליב דעם, וואָס די „קליימס קאָנפֿערענץ‟ האָט אין די לעצטע פּאָר יאָר גענומען צעטיילן די דײַטשישע געלטער אויך צווישן די געוועזענע מאָסקווער תּושבֿים, וועלכע האָבן געמוזט אַנטלויפֿן פֿון דער שטאָט, ווען די דײַטשן זײַנען געווען נאָענט צו איר. יעדן איינעם צאָלט מען איצט אויס 2,556 יוראָ מיט 46 צענט.

אָבער כּדי צו באַקומען די דאָזיקע געלטער, דאַרף מען דערווײַזן, אַז דו געהערסט צו אָט דער קאַטעגאָריע פּלטים. למשל: די וואָס זײַנען געווען עוואַקויִרט אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן, באַקומען גאָרנישט. הקיצור, מע דאַרף האָבן געוויסע דאָקומענטן. און בײַם זוכן די דאָזיקע דאָקומענטן און בײַם רעדן צוליב דעם מיט אַנדערע קרובֿים, האָט מײַן שוואָגער אַ סך אַנטפּלעקט פֿאַר זיך, וואָס ער האָט פֿריִער ניט בלויז ניט געוווּסט, נאָר אַפֿילו ניט געפּרוּווט זיך צו דערוויסן. עס זעט אויס, אַז די 2,556 יוראָ מיט 46 צענט קען מען באַטראַכטן אויך ווי אַ מין סטיפּענדיע פֿאַר אויסלערנען די משפּחה געשיכטע.

האָב איך דאָ אַ טראַכט געטאָן: אפֿשר איז שוין געקומען די צײַט אַרײַנצושטעלן געוויסע היסטאָרישע קענטענישן בשעתן צוגרייטן צו אַ בר־מיצווה? איז עס ריכטיק צו האַלטן פֿאַר געהעריק אויסגעשולטע ייִדישע יונגע־לײַט, וואָס האָבן קיין אַנונג ניט וועגן די געשעענישן אין די יאָרן 1648 און 1649, וועגן די דרײַפֿוס- און בייליס-פּראָצעסן, וועגן די פּאָגראָמען, און אַנדערע גוטע און שלעכטע קאַפּיטלען אין אונדזער געשיכטע? צי האָט אַ ווערט ייִדישקייט, אויב זי איז אויסגעליידיקט פֿונעם היסטאָרישן זכּרון?