יוסף קאָלקאָ פֿאַרמישפּט

Yosef Kolko Sentenced

יוסף קאָלקאָ
יוסף קאָלקאָ

פֿון ייִט״אַ

Published October 22, 2013, issue of November 08, 2013.

יוסף קאָלקאָ, אַ געוועזענער קינדער־מחנך פֿון ניו־דזשערזי, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 13 יאָר תּפֿיסה פֿאַר סעקסועלע פֿאַרברעכנס. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, האָט דער רבֿ זיך מודה געווען אין אַ צאָל קרימינעלע מעשׂים אינעם העכסטן געריכט פֿון אָושען־קאַונטי. ער האָט באַשטעטיקט, אַז ווען ער האָט געאַרבעט ווי אַ קאָנסולטאַנט אין אַן אָרטאָדאָקסישן זומער־לאַגער, האָט ער אָפּגעטאָן אַן אַקט פֿון אָראַל־סעקס און געפּרוּווט צו טרײַבן מישכּבֿ־זכר מיט אַ 12־יאָריקן ייִנגל.

פֿריִער, האָט קאָלקאָ עטלעכע מאָל געפּרוּווט זיך אָפּצוזאָגן פֿון זײַנע ווערטער מיט אַ טענה, אַז געוויסע פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה אין ליידוווּד, ניו־דזשערסי, האָבן אים געצוווּנגען זיך מודה צו זײַן, כּדי „אויסצומײַדן דעם מישפּט־ספּעקטאַקל‟. די נײַעס־אַגענטור „איי־פּי‟ האָט איבערגעגעבן, אַז דאָס געריכט האָט זיך פֿאַרלאָזט, אין אַ גרויסער מאָס, אויף דעם עדות־זאָגן פֿונעם געליטענעם, וועלכער איז איצט 16 יאָר אַלט.

די פּראָקוראָרן האָבן איבערגעגעבן, אַז אַ טייל לייקוווּדער פֿרומער ייִדן האָבן זיך באַצויגן שטאַרק נעגאַטיוו צום באַשלוס פֿון דער משפּחה אָנצוקלאָגן אין דער פּאָליציי, ווײַל די קרובֿים פֿונעם ייִנגל האָבן מורא געהאַט, אַז די רבנים זענען נישט מסוגל צו באַהאַנדלען דעם ענין ווי געהעריק.

דער געליטענער בחור האָט אָנגערופֿן די סעקסועלע באַלעסטיקער „מאָנסטערס‟ און געוואָרנט זיי, אַז זיי וועלן „געפֿונען ווערן, זיצן אין טורמע און אויסגעפּײַניקט ווערן דאָרטן ווי אין גיהנום‟. ער האָט צוגעגעבן, אַז הגם די באַלעסטיקער טראַכטן, מעגלעך, אַז זייערע מעשׂים זענען אַ קלייניקייט, „הרגענען זיי מענטשן יעדעס מאָל, ווען זיי רירן זיי אָן‟.