מײַקל בלומבערג, דער מעיאָר פֿון ניו־יאָרק, וועט זײַן דער ערשטער לאַורעאַט פֿון דער נײַער פּרעמיע „Genesis Prize‟ („בראשית־פּריז‟), וואָס מע האָט אָנגערופֿן די „ייִדישע נאָבעל־פּרעמיע‟. די געווינער וועלן באַלוינט ווערן מיט אַ סומע פֿון אַ מיליאָן דאָלאַר.
אינעם יאָר 2012 האָט אַ גרופּע עקסטרעם רײַכע עשירים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַרײַנגערעכנט מיכאַיִל פֿרידמאַן, פּיאָטר אַווען און גערמאַן כאַן, געשאַפֿן אַ ספּעציעלע פּרעמיע־פֿונדאַציע, בשותּפֿות מיטן ביוראָ פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער און דער ייִדישער אַגענץ „סוכנות‟. מע פּלאַנירט צו באַלוינען יעדעס יאָר מיט אַזאַ פּריז איין וועלט־באַקאַנטע, געראָטענע פּראָפֿעסיאָנאַלע פּערזענלעכקייט, וואָס קאָן באַטראַכט ווערן, לויט דער מיינונג פֿונעם פּרעמיע־זשורי, ווי אַ מוסטער פֿון אינספּיראַציע פֿאַר יונגע ייִדן.
אינעם קומענדיקן מײַ, פּלאַנירט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, צו באַלוינען בלומבערגן מיטן מיליאָן־דאָלאַרדיקן פּריז אויף אַ ספּעציעלער צערעמאָניע אין ירושלים. דער פּרעמיע־קאָמיטעט האָט דערקלערט, אַז מע האָט אויסגעקליבן דעם ניו־יאָרקער מעיאָר פֿון 200 קאַנדידאַטן צוליב זײַן „אויסגעצייכנטער רעפּוטאַציע ווי אַ רעגירונג־באַדינער און ווי איינער פֿון די גרעסטע פֿילאַנטראָפּן אין דער וועלט‟, ווי עס האָט איבערגעגעבן די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ זונטיק, דעם 20סטן אָקטאָבער.
דעם זעלבן טאָג, האָט בלומבערג געזאָגט דער צײַטונג, אַז זײַנע עלטערן האָבן מיט יאָרן צוריק „פֿאַרפֿלאַנצט אין אים ייִדישע ווערטן און עטיק‟, „וועלכע ער ווענדט אָן אין יעדן אַספּעקט פֿון זײַנע געשעפֿטן, רעגירונג־דינסט און פֿילאַנטראָפּישער טעטיקייט‟. דער מעיאָר האָט צוגעגעבן, אַז ס׳איז פֿאַר אים אַ גרויסער כּבֿוד צו באַקומען אַזאַ פּריז.
אינעם פּריז־קאָמיטעט, בראָש מיטן כּנסת־ספּיקער יולי עדעלשטיין, זענען אויך אַרײַן עלי וויזעל, אַ נאָבעל־לאַורעאַט און אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם באָסטאָנער אוניווערסיטעט; מאיר שאַמגאַר, אַ ריכטער און דער געוועזענער פּרעזידענט פֿונעם ישׂראלדיקן העכסטן געריכט; און טובֿה סטראַסבערג־כּהן, אַ פּענסיאָנירטע ריכטערין פֿונעם העכסטן געריכט. די פֿונדאַציע האָט דערקלערט, אַז מע האָט אויסגעקליבן די מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט צוליב זייער באַקאַנטקייט אין אַזעלכע געביטן ווי אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען, זשורנאַליסטיק, געשעפֿטן און שטיצע פֿון ייִדישע ענינים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.