צוויי מינים איבערטײַטשן

Two Kinds of Translations

פֿאַרשיידענע ווערסיעס פֿון „קרבן־מנחה‟
פֿאַרשיידענע ווערסיעס פֿון „קרבן־מנחה‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 22, 2013, issue of November 08, 2013.

מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם „פֿאָרווערטס‟ אַן אַרטיקל וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש בײַ די הײַנטיקע ליובאַוויטשער חסידים. אינעם אַרטיקל איז געגאַנגען אַ רייד וועגן ספּעציעלע בראָשורן, וואָס שטעלן דעם ציל צו העלפֿן די חב״דניקעס צו פֿאַרשטיין דעם ליובאַוויטשער רבינס שׂיחות אינעם ייִדישן אָריגינאַל.

אין פֿאַרגלײַך מיט סאַטמאַר און אַנדערע חסידישע קהילות, וווּ ייִדיש איז אַ טאָג־טעגלעכע לעבעדיקע שפּראַך, האָט זיך אין ליובאַוויטש געשאַפֿן אַ פּאַראַדאָקסאַלער מצבֿ: פֿון איין זײַט, באַציִען זיי זיך צו זייער רבינס מאַמע־לשון מיטן גרעסטן דרך־ארץ, אָבער פֿון דער צווייטער — פּרוּוון ווייניק פֿון זיי זיך אויסלערנען ייִדיש ווי געהעריק. ייִדיש ווערט באַטראַכט אין ליובאַוויטש ווי אַן עליטאַרע כּמו־עזאָטערישע חכמה — אין אַ געוויסן זין, העכער ווי לשון־קודש, וואָס אַ סך חב״דניקעס, אַרײַנגערעכנט פֿרויען, קענען גאַנץ גוט און באַטראַכטן עס ווי אַ מער געוויינטלעכע שפּראַך.

אין סעפּטעמבער, האָט די ליובאַוויטשער נײַעס-וועבזײַט „Collive.com‟ דערציילט וועגן אַ נײַעם חידושדיקן סידור מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג, וואָס די קינדער-אָרגאַניזאַציע „צבאות־השם‟ האָט אַרויסגעגעבן בשותּפֿות מיטן צענטראַלן ליובאַוויטשער פֿאַרלאַג „קה״ת‟. דער חידוש באַשטייט אין דעם, וואָס די ווערטער פֿון די תּפֿילות ווערן באַגלייט מיט שיינע קאָליריקע אָפּטײַטשן און פּירושים על־פּי־חסידות אויף ענגליש, אויסגעקליבן לויט די עצות פֿון אַ ריי רבנים און פּראָפֿעסיאָנעלע מחנכים.

נאָכן לייענען וועגן דער נײַער ליובאַוויטשער פּובליקאַציע, האָב איך געטאָן אַ באַזוך אין קראָון־הײַטס, דעם ברוקלינער הויפּט־שטאַב פֿון ליובאַוויטש, וווּ איך האָב געטראָפֿן — צו מײַן חידוש און גרויסן אינטערעס — גאָר אַן אַנדער סידור מיט אַן איבערזעצונג — די קלאַסישע „קרבן־מנחה‟ אויף ייִדיש.

אַ טייל מענטשן טראַכטן, אַז דאָס איבערזעצן מיינט בלויז דאָס איבערגיסן דעם אָריגינעלן טעקסט אין די כּלים פֿון אַן אַנדער שפּראַך. אין דער אמתן, איז די איבערזעצערישע אַרבעט אַ שעפֿערישע פֿאַך; וואָס מער קאָמפּליצירט און פֿילדײַטיק דער אָריגינאַל איז — אַלץ מער אינטערפּרעטאָרישע חידושים ליגן אינעם אָפּטײַטש. אַחוץ דעם, ליגט אַ סך באַהאַלטענע טעמים אין דער רעפּרעזענטאַציע, אַרײַנגערעכנט די אַלגעמיינע פֿאָרעם, קאַליגראַפֿישע פּיטשעווקעס, אילוסטראַציעס און אַפֿילו דעם פֿיזישן מאַטעריאַל פֿון אַ בוך. ווען עס קומט צום טראַדיצאָנעלן עבֿרי־טײַטש, זענען די ייִדישע ווערסיעס כּּמעט קיינמאָל נישט קיין מעכאַנישע איבערזעצונגען, נאָר גאַנץ אָריגינעלע ווערק, פֿול מיט אייגענע פּירושים, רעפֿלעקסיעס און סטיליסטישע אייגנאַרטיקייטן פֿונעם מחבר.

דער נײַער ליובאַוויטשער סידור מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג פֿאַר קינדער — טאַקע אַ באַטעמט און פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכט ווערק — זעט אויס ווי אַ מאָדערן אַמעריקאַנער לערנבוך פֿאַר שילער. אין דער אָפֿיציעלער קראָם פֿונעם פֿאַרלאַג „קהת״ אין קראָון־הײַטס, געפֿינט זיך צווישן אַזעלכע סידורים אַ ווייניקער פּאָפּולערער ספֿר פֿון גאָר אַן אַנדער מין. פֿון דער הײַנטצײַטיקער אַמעריקאַנער פּערספּעקטיוו, זעט עס אויס עזאָטעריש, אַלטמאָדיש און ראָמאַנטיש.

במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, איז אין דער הײַנטצײַטיקער אַמעריקאַניזירטער ליובאַוויטשער קהילה נישט געווען קיין אייגענער סידור מיט עבֿרי־טײַטש, הגם ענגלישע און רוסישע חב״ד־סידורים קאָן מען שוין לאַנג טרעפֿן אין אַלע עקן פֿון דער וועלט, פֿון זימבאַבווע ביז ביראָבידזשאַן. סוף־כּל־סוף, האָט עמעצער זיך געגעבן אַן עצה, מיט בערך פֿיר יאָר צוריק, און פּשוט איבערגעדרוקט די אַלטע חב״דסקע „קרבן־מנחה‟, וואָס דער ווילנער פֿאַרלאַג פֿון די ברידער ראָם פֿלעגט כּסדר אַרויסגעבן זינט 1879.

דער נײַער ליובאַוויטשער סידור „קרבן־מנחה‟ מיט עבֿרי־טײַטש
דער נײַער ליובאַוויטשער סידור „קרבן־מנחה‟ מיט עבֿרי־טײַטש

אַ מיטאַרבעטער פֿון דער ביכערקראָם אין קראָון־הײַטס האָט מיר, צוערשט, געוויזן אַ נײַעם צוויי־בענדיקן סידור, באַגלייט מיט אַ פּירוש אויף העברעיִש, וואָס טראָגט דעם זעלבן נאָמען — „קרבן־מנחה‟ — און איז אָריענטירט אויפֿן העברעיִש־רעדנדיקן עולם. דער דאָזיקער סידור איז גאַנץ פּאָפּולער און שטייט אין דער קראָם אויבן־אָן, בײַם סאַמע אַרײַנגאַנג. דערנאָך האָט דער מיטאַרבעטער צוגעגעבן, אַז אויף דער סאַמע הינטערשטער פּאָליצע פֿון דער קראָם ליגן אויך די אַלטע סידורים.

צווישן די הײַנטיקע חב״דניקעס, איז די נײַע אויסגאַבע ווייניק פּאָפּולער, הגם אַ טייל מענטשן קויפֿן עס ווי אַ טראַדיציאָנעלע מתּנה פֿאַר אַ כּלה. ס׳איז איבערגעדרוקט געוואָרן אומאָפֿיציעל, אָן קיין שײַכות מיט „קהת‟, לכּבֿוד דער חתונה פֿון שמואל און גיטל פֿישער.

אינעם בשכנותדיקן ראַיאָן פֿון ברוקלין, וויליאַמסבורג, ווערן אין די סאַטמאַרער ביכערקראָמען פֿאַרקויפֿט כּלערליי וואַריאַנטן פֿון „קרבן־מנחה‟, אַרײַנגערעכנט גאָר טײַערע און שיינע, לעדערנע און באַגילדעטע. זיי פֿאָלגן, פֿאַרשטייט זיך, דעם נוסח־ספֿרד. געוויינטלעך, שטייען זיי אויף אַ אָנגעזעען אָרט בײַם סאַמע אַרײַנגאַנג, ווײַל אַזאַ ייִדיש־סידור, צוזאַמען מיט אַ „צאנה־וראינה‟ און „ש״ס־תּחינה‟, איז אין סאַטמאַר אַ סטאַנדאַרטע כּלה־מתּנה. אין אַ שאַרפֿן קאָנטראַסט מיט ליובאַוויטש, ווערן אין די סאַטמאַרער קראָמען זעלטן פֿאַרקויפֿט סידורים מיט ענגלישער איבערזעצונג.

„קרבן־מנחה‟ ווערט, געוויינטלעך, באַטראַכט ווי אַ חסידישער פֿרויען־סידור. אַזוי האָט אים באַשריבן אַ ביבליאָטעקאַר פֿונעם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט אינעם יאָר 1910.

אין דער אמתן, איז עס אויך גאַנץ נוצלעך אַפֿילו פֿאַר אַ תּלמיד־חכם, ווײַל דער עבֿרי־טײַטש העלפֿט צו פֿאַרשטיין די אומגעוויינטלעכע ווערטער, וואָס טרעפֿן זיך נישט זעלטן אינעם סידור, בפֿרט אין פֿאַרשיידענע פּיוטים. די חב״ד־ווערסיע ווערט באַגלייט, אַחוץ די אַלטע תּחינות און אַנדערע קלאַסישע טעקסטן, מיטן קונטרס „פּוקח עוורים‟ — אַ קליינער טעקסט פֿונעם „מיטל־רבין‟, דעם צווייטן מנהיג פֿון חב״ד. דאָס דאָזיקע ערנסטע חסידות־ספֿרל, אָנגעשריבן לכתּחילה אויף ייִדיש, האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 19טן יאָרהונדערט.

צום באַדויערן, האָבן ווייניק פֿאָרשער דערווײַל געוואָנדן זייער אויפֿמערק אויף די אַזוי־גערופֿענע „פֿרויען־סידורים‟. אין דער אמתן, קאָן מען פֿון זיי אָפּלערנען גאָר אַ סך. קודם־כּל, די שפּראַך. דער אַלטער עבֿרי־טײַטש איז פֿול מיט כּלערליי חנוודיקע און פֿאָלקסטימלעך־פּאָעטישע ווערטער און פֿראַזעס: „רבונו־של־עולם, דער האַר פֿון דער וועלט, ווײַל חוה האָט געגעסן פֿון דעם עפּל, זאָלן מיר, אַלע ווײַבער, לײַדן אַזאַ שטראָף צו שטאַרבן, און ווען איך וואָלט דענסטמאָל געווען, וואָלט איך בוודאי נישט געוואָלט האָבן קיין הנאה פֿון דעם עפּל‟.

אַ צאָל אַנדערע ווערסיעס פֿון „קרבן־מחנה‟, ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן די סאַטמאַרער און אַנדערע ייִדיש־רעדער, זענען באַגרינדעט נישט אויף די ברידער ראָמס ווילנער אויסגאַבעס, נאָר אויף אַנדערע וואַריאַנטן, און ווערן באַגלייט מיט אַ גאַנצער קאָלעקציע פֿון פֿאַרשיידענע פּירושים און משלים, וווּ עס פֿיגורירן אַזעלכע שטעט, ווי מאָסקווע, פּעטערבורג און וואַרשע, אויסגעמישט מיט פֿאַרשיידענע פּרטים פֿונעם אַמאָליקן שטעטל־לעבן. צווישן די פּערסאָנאַזשן פֿון די משלים פֿיגורירט דער רוסישער צאַר, סטאָליערס און בעל־עגלות. אַזעלכע פֿאָלקלאָרישע טעקסטן פֿירן דעם לייענער טיף אַרײַן אין דער וועלט פֿון דער פֿאַרצײַטיקער ייִדישער מיזרח־אייראָפּע. די ליובאַוויטשער ווערסיע, מיטן אַלטמאָדישן אויסזען, דעם פֿאַרצײַטישן אויסלייג און צאנה־וראינהדיקע אַלטע ווערטער, איז אָבער אויך דורכגעזאַפּט מיטן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן גײַסט (געביטן אויף אַ מער מאָדערנעם אויסלייג): „גאָט, ער איז אַ דערבאַרעמיגער און אַ לײַטזעליגר‟.

מיט 100 יאָר צוריק האָבן אַפֿילו די, וואָס האָבן זיך באַצויגן צו ייִדיש לאוו־דווקא מיט אַ סימפּאַטיע, געקענט „קרבן־מנחה‟ ווי אַ גוט־באַקאַנטן טייל פֿון דער ייִדישער טראַדיציע. אינעם יאָר 1911, האָט דער שיקאַגער רעפֿאָרמער זשורנאַל „The Reform Advocate‟ פּובליקירט אַ לעקציע פֿון פֿיליפּ ברעגסטאָן וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער דאָזיקער לעקטאָר, רעדנדיק אויף ענגליש אין אַ רעפֿאָרמער שיל, האָט באַמערקט, אַז דער סידור „קרבן־מנחה‟ האָט „געזעטיקט דעם חשק פֿון די מאַסן‟ און געווען, צוזאַמען מיטן „טײַטש־חומש‟, צווישן די ערשטע ליטעראַרישע מוסטער־ווערק אויף ייִדיש.

מיט דער אַלטער ווילנער חב״ד-ווערסיע פֿונעם סידור קאָנט איר זיך באַקענען אָט־דאָ:

//books.google.com/books/about/%D7%A1%D7%99%D7%93%D7%95%D7%A8_%D7%A7%D7%A8%D7%91%D7%9F_%D7%9E%D7%A0%D7%97%D7%94.html?id=-UQ2AQAAMAAJ