הײַנט, ווען מע שפּאַצירט אַרום איבער די גאַסן פֿון דער פּראָווינציעלער ענגלישער שטאָט ראַמסדייל, איז זיך שווער פֿאָרצושטעלן, אַז ווען דער פֿינאַנסיסט משה מאָנטעפֿיאָרע האָט דאָרטן געקויפֿט זײַן רעזידענץ אינעם יאָר 1831, איז עס געווען אַ באַרימטער אַריסטאָקראַטישער קוראָרט.
ראַמסדייל איז אַ ים־שטאָט אין דער גראַפֿנשאַפֿט קענט, אויפֿן סאַמע מיזרח פֿון ענגלאַנד. הײַנט זעט עס אויס נעבעכדיק, אָבער אינעם סוף פֿון דער גרעגאָריאַנער תּקופֿה, ווען מאָנטעפֿיאָרע האָט זיך דאָרטן באַזעצט, איז עס געווען אַ פּאָפּולערער רײַכער צענטער. די שטאָט איז געוואָרן באַזונדערס פּאָפּולער, ווען אין ענגלאַנד האָט מען אויסגעבויט די אײַזנבאַן־ליניעס. די דעמאָלטיקע אַריסטאָקראַטן האָבן געגלייבט, אַז דאָס שווימען אינעם קאַלטן ים און אײַנאָטעמען די זאַלציקע און פֿײַכטע בײַ־ימיקע לופֿט איז אַ סגולה פֿאַרן געזונט; צו האָבן אַן אייגן שטיקל פּלאַזשע איז געווען אַ סימן פֿון אַ הויכן סאָציאַלן סטאַטוס.
מאָנטעפֿיאָרעס רעזידענץ, „איסט קליף לאָדזש‟, איז צעשטערט געוואָרן אינעם יאָר 1954. אין יענער צײַט האָט זי זיך שוין פֿאַרוואַנדלט אין אַ צעבראָכענער חורבֿה. דער באַרימטער ייִדישער עושר האָט אָבער איבערגעלאָזט נאָך זיך אַן אַנדער חידושדיקן מין ירושה. אינעם יאָר 1831, האָט מען אָנגעהויבן בויען אויפֿן שטח פֿון זײַן רעזידענץ אַ פּערזענלעכע שיל; אויפֿן זעלבן אופֿן, פֿלעגן די קריסטלעכע אַריסטאָקראַטן בויען פֿאַר זיך פּריוואַטע קלויסטערס.
די קליינע ווײַסע שיל, באַצירט מיט אַ בלויען זייגער, האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 1833. אונטערן זייגער מיט גאָלדענע ציפֿערן און ווײַזערלעך, שטייט געשריבן אַ דעוויז: „די צײַט פֿליט, נאָר די מידות־טובֿים בלײַבן‟. די אָרגאַניזאַציע „ענגלישע ירושה‟, וועלכע טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אָפּהיטן די היסטאָרישע דענקמעלער אינעם לאַנד, האָט איבערגעגעבן, אַז אין קיין אַנדער ענגלישער שיל איז נישטאָ אַזאַ מוזיקאַלישער זייגער.
אינעווייניק, איז די שיל באַצירט מיט גראַניט, מאַרמאָר און רויטן פּליוש. די זון־שײַן פֿאַלט אינעם זאַל פֿון אַ פֿיר־עקיקן קופּאָל, געמאַכט פֿון רויט און דורכזיכטיק־ווײַס גלאָז. די פֿענצטער אין דער גאַלעריע זענען באַפֿאַרבט בלוי, רויט און גרין. אַחוץ דעם נאַטירלעכן ליכט, ווערט די שיל באַלויכטן מיט אַ לוסטרע און עטלעכע קאַנדעלאַברעס. דאָס רונדע פֿענצטערל איבערן אָרון־קודש איז באַצירט מיט די עשׂרת־הדברות.
אויף די ביידע זײַטן פֿונעם שיל־זאַל געפֿינען זיך שילדן מיט מאָנטעפֿיאָרעס פֿאַמיליע־הערב. אויף איינער פֿון די ווענט הענגט אַן אַנדער שילד — מיט אַ ספּעציעלער תּפֿילה לטובֿת דעם קיניג דזשאָרדזש, דער מלכּה מערי, ווי אויך לטובֿת דעם קיניגס מוטער און זײַן זון עדוואַרד, דער פּרינץ פֿון וויילס.
לעבן דער שיל שטייט מאָנטעפֿיאָרעס קבֿר — אַ ווײַסער פֿיר־עקיקער מאַווזאָליי מיט אַ קופּאָל, וואָס זעט אויס ווי דער קבֿר־רחל אין ארץ־ישׂראל. די פֿרוי פֿונעם עושר, יהודית מאָנטעפֿיאָרע, האָט רעסטאַוורירט דעם דאָזיקן אוראַלטן קבֿר, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון בית־לחם, אינעם יאָר 1839. דאָס פּאָרפֿאָלק ליגט באַערדיקט אין צוויי אַלצאיינע מאַרמאָרנע קבֿרים אינמיטן דעם מאַווזאָליי — ער אויף רעכטס, זי אויף לינקס, מיט די קעפּ אָנגעווענדט צו ירושלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.