דער ירושלימער ראָש־העיר, ניר ברקת, אַ באַקאַנטער שטיצער פֿונעם סעקולערן סעקטאָר פֿון דער שטאָט, איז ווידער אויסגעקליבן געוואָרן און וועט בלײַבן נאָך פֿינף יאָר אויף זײַן פּאָסטן.
דינסטיק, דעם 22סטן אָקטאָבער, זענען אין די ישׂראלדיקע שטעט, אַרײַנגערעכנט ירושלים, פֿאָרגעקומען די אָרטיקע וואַלן. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע שטעט, וווּ די וואַלן־קאַמפּאַניעס האָבן געהאַט צו טאָן, דער עיקר, מיט די ענינים פֿון בילדונג און גאַס־מיסט, שפּילט רעליגיע און וועלטלעכקייט די גרעסטע ראָלע אין דער ירושלימער שטאָטישער פּאָליטיק.
מיט פֿינף יאָר צוריק, האָט דער פֿריִערדיקער חרדישער מעיאָר, אורי לופּאָליאַנסקי, פֿאַרשפּילט די וואַלן; די חרדים האָבן מער נישט געקאָנט קאָנטראָלירן דאָס לעבן אין דער שטאָט. דער איצטיקער הויפּט־קאָנקורענט פֿון ברקת, משה ליאון, האָט געהאָפֿט צוריקצוברענגען די חרדישע השפּעה אין געוויסע ספֿערעס.
למשל, ליאון האָט פּלאַנירט צו באַפֿולמעכטיקן די ספֿרדישע פֿרומע פּאַרטיי „ש״ס‟ אָנצופֿירן מיט דער שטאָטס-פּלאַנירונג. דאָס מיינט, אַז די שילן, ישיבֿות און חרדישע קוואַרטאַלן וואָלטן געהאַט אַ פּריווילעגירטן סטאַטוס.
ברקת האָט געוווּנען 51.1 פּראָצענט שטימען, און ליאון — 45.3. אַ טייל פֿון ברקתס ניצחון האָט צו טאָן מיט דער אַקטיוויזאַציע פֿונעם נישט־חרדישן סעקטאָר. צום בײַשפּיל, האָבן אַ סך מענטשן אָפּגעשטימט פֿאַר אים, ווײַל זיי זענען געווען צופֿרידן, וואָס ברקת האָט דערלויבט געוויסע פֿאַרווײַל־ערטער צו בלײַבן אָפֿן שבת. די צווייטע סיבה פֿון זײַן געווינען באַשטייט אויך אין דעם, וואָס ווײַט נישט אַלע חרדים האָבן געשטיצט ליאון.
ביז לעצטנס, האָט דער פֿרומער סעקטאָר געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ צום מערסטן אָרגאַניזירטן, פֿאַראייניקטן און מאָטיווירטן כּוח אין דער שטאָט. איצט איז די מעשׂה פּונקט פֿאַרקערט: דער סעקולערער ציבור האָט זיך מער מאָביליזירט, און די חרדים לײַדן פֿון אינערלעכע מחלוקתן.
דער סאַמע אינטערעסאַנטער מאָמענט אין די נעכטיקע שטאָטס־וואַלן איז, אַפּנים, געווען די רעאַקציע אויף די קאָרופּציע־סקאַנדאַלן. במשך פֿון די לעצטע חדשים, האָט מען אין עטלעכע ישׂראלדיקע שטעט אָנגעהויבן אויספֿאָרשונגען קעגן די מעיאָרס. פֿונדעסטוועגן, האָבן די תּושבֿים ווידער אויסגעקליבן די זעלבע ראָשי־העיר אין בת־ים, נצרת־עילית און רמת־השרון — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס פֿריִער האָט מען זיי באַזײַטיקט צוליב קאָרופּציע־חשדים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.