אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַמעריקאַנער פֿאָלקלאָר־געזעלשאַפֿט” אין פּראָווידענץ, ראָד־אײַלאַנד, פֿונעם 16טן ביזן 19טן אָקטאָבער, האָט מען געקענט הערן פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע רעפֿעראַטן וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר. גאַבריעלע בערלינגער האָט גערעדט וועגן דער באַציִונג און סטרוקטור פֿון די סוכּות אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ; אַן אָרעמע געגנט מיט פֿאַרשיידענע עדות ייִדן. פּאַטרישע טורנער האָט דערציילט, אַז די „געשיכטע‟, ווי דאָס גאַנצע דענישע פֿאָלק האָט געהאָלפֿן ראַטעווען די ייִדן בעתן חורבן, איז באמת אַ „לעגענדע‟; און ראָבערט ראָטשטיין, פּראָפֿעסאָר פֿון פּוילישע און ייִדישע שטודיעס בײַם מאַסאַטשוסעטסער אוניווערסיטעט אין אַמהערסט, האָט פֿאַרגליכן די פּוילישע און ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה.
אַז ראָבערט ראָטשטיין איז געקומען צו דער קאָנפֿערענץ, האָט עס קיינעם נישט איבערראַשט, ווײַל פֿון פּראָווידענץ ביז אַמהערסט איז אַ קאַצן־שפּרונג. ראָטשטיין איז אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון ייִדישן און סלאַווישן פֿאָלקלאָר, בפֿרט פֿונעם פֿאַרגלײַכיקן פֿאָלקלאָר צווישן די ייִדן, פּאָליאַקן און רוסן. אין זײַן רעפֿעראַט, האָט ער באַטאָנט, אַז סײַ די ייִדן, סײַ די פּאָליאַקן, האָבן געקעמפֿט אויף ביידע זײַטן פֿונעם שלאַכט. די גאַליציאַנער ייִדן, למשל, האָבן עס געטאָן אויף דער זײַט פֿון עסטרײַך־אונגערן, קעגן די ייִדן פֿון אוקראַיִנע. אין די לידער פֿון די צוויי פֿעלקער, אָבער, זעט מען תּוכיקע אונטערשיידן. פֿאַר די פּאָליאַקן האָבן די לידער אָפּגעשפּיגלט זייער האָפֿענונג, סוף־כּל־סוף, אַראָפּצוּוואַרפֿן פֿון זיך דעם יאָך פֿון צאַרישן רוסלאַנד און ווערן ווידער אַמאָל אומאָפּהענגיק. די ייִדישע לידער, להיפּוך, פֿאַרמאָגן נישט קיין קעמפֿערישקייט, קיין בטחון — נאָר קלאָגן אויף זייער נײַעם בראָך אין דער ייִדישער געשיכטע. קיין שום פּאַטריאָטיזם הערט מען נישט אין זיי, בלויז צרות און וויי.
אַ קענער פֿון רוסיש, פּויליש, סלאָוואַקיש און ייִדיש, איז ראָטשטיין קונה־שם געוואָרן מיט זײַנע פֿאַרגלײַכיקע פֿאָרשונגען אויף אַזוינע טעמעס ווי: טרינקלידער בײַ די פּאָליאַקן און ייִדן; מיש־שפּראַכיקע לידער, און לידער, אין וועלכע מאַמעס און טעכטער האָבן אַ שמועס. ראָטשטיין האָט געמיינט, אַז ער איז געווען דער איינציקער צו אַבאָנירן אַלע דרײַ „פֿאָרווערטס‟־צײַטונגען — ייִדיש, רוסיש און ענגליש — ביז דער „פֿאָרווערטס‟־פֿאַרלעגער שמואל נאָריך האָט אים דערציילט, אַז אויך ער אַבאָנירט אַלע דרײַ.
ראָבערט ראָטשטיין איז געבוירן געוואָרן אין ברוקלין. דער זון פֿון אַמעריקאַנער געבוירענע ייִדן, געדענקט ער נאָר עטלעכע ייִדישע פֿראַזעס פֿון דער היים גענוג צו וויסן, אַז ער שטאַמט פֿון אַ ליטווישער משפּחה. ער האָט זיך פֿאַרשריבן אין דעם חשובֿן „מאַסאַטשוסאַטסער אינסטיטוט פֿאַר טעכנאָלאָגיע‟ מיטן געדאַנק צו שטודירן מאַטעמאַטיק, אָבער די לינגוויסטיק־פּראָפֿעסאָרן נאַום טשאָמסקי און מאָריס האַלע האָבן אים אינספּירירט צו שטודירן שפּראַכן. איז ער אַריבער אין „האַרוואַרד־ אוניווערסיטעט‟, דאָרטן האָט ער שטודירט רוסיש און פּויליש, און באַקומען זײַן דאָקטאָראַט אין סלאַווישער לינגוויסטיק. ייִדיש האָט ער זיך געלערנט אַ ביסל מיט פּראָפֿ׳ מיכאל אַסטור אין אַ „הילל‟, אָבער, דער עיקר, אַליין.
אין פֿאָלקלאָר, האָט ער אָנגעהויבן פֿון גלײַכווערטלעך, אַ זשאַנער וואָס ער פֿאָרשט נאָך הײַנט. דער האַרוואַרדער לינגוויסט, ראָמאַן יאַקאָבסאָן, האָט געהאַלטן, אַז דאָס גלײַכווערטל איז דער „מינימאַלסטער פּאָעטישער אויסדרוק‟, און ראָטשטיינס ערשטע אַרבעט אויף דעם פֿעלד, געדרוקט אין אַ פֿעסטשריפֿט לכּבֿוד יאַקאָבסאָן, האָט געהייסן — „די פּאָעטיק פֿון גלײַכווערטלעך‟. זײַן אינטערעס צו מוזיק האָט אויך געשטאַמט פֿון דער לינגוויסטיק, און פֿון דער אַקאַדעמישער פּאָלעמיק אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער יאָרן מכּוח, וועלכע לידער „פּאַסן‟ פֿאַר די מאַסן.
אין 1971 האָט ראָטשטיין אָנגעהויבן זײַן 40־יאָריקע קאַריערע ווי אַ פּראָפֿעסאָר אין אַמהערסט. ער האָט זיך באַטייליקט אין דער ערשטער זיצונג פֿון אַהרן לאַנסקי צו אָרגאַניזירן „דעם ייִדישן ביכער־צענטער‟ און געוואָרן זײַן ערשטער פּרעזידענט. ווען מע האָט געשאַפֿן די ייִדישע שטודיעס ווי אַ הויפּט־לימוד, האָט ראָטשטיין געלערנט דעם ערשטן זמן די ייִדישע שפּראַך, און פּראָפֿ׳ דזשולס פּינקוס, אַ ייִדיש־קענער פֿון דער היים — דעם צווייטן. זינט דעמאָלט האָבן פֿאַרשיידענע לערער אָנגעפֿירט מיט די ייִדיש־קלאַסן אינעם אוניווערסיטעט, צווישן זיי, דזשאָן לאָוונשטאַם, אָבער קיין סטאַבילע ייִדיש־קלאַסן האָט מען דאָרט נישט אײַנגעפֿירט. ראָטשטיין לייענט לעקציעס וועגן אַלגעמיינעם פֿאָלקלאָר, און אַפֿילו איין קלאַס בלויז געווידמעט דעם שפּריכוואָרט. זײַן באַליבסט ווערטל אויף ייִדיש איז — „פּאַטש זיך נישט אין בײַכעלע, ווען דאָס פֿישעלע איז נאָך אין טײַכעלע‟.
עס באַווײַזן זיך יאָ סטודענטן וואָס ווילן זיך לערנען פּויליש, און ד״ר ראָטשטיין איז זייער פּראָפֿעסאָר. בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, דערציילט ער, האָט דער שטח אַרום דעם קאָנעקטיקוט־טײַך זיך גענייטיקט אין הילף פֿאַר די פֿאַרמער, און די פּאָליאַקן זענען געקומען פֿון אומעטום צו העלפֿן אַקערן די ערד; אַ דור שפּעטער, זענען זיי געוואָרן די פֿאַרמער. ווען איך האָב אים געפֿרעגט וועגן זײַנע געפֿילן, ווי אַ ייִדישער פֿאַרשפּרייטער פֿון דער פּוילישער קולטור, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער איז נישט קיין „אוניקום‟ — „די פּאָליאַקן ווייסן נישט, אַז אַ סך פֿון די פּראָפֿעסאָרן פֿון דער פּוילישער קולטור אין אַמעריקע זענען ייִדן.‟ צום גליק, פֿאַרשפּרייט ראָבערט ראָטשטיין אויך די ייִדישע שפּראַך, ווען און וווּ ער קען, און די אוצרות פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.