די וואָך זענען פֿאָרגעקומען די מוניציפּאַלע וואַלן — איין גרויסער גענעץ האָט אַרומגעכאַפּט דאָס גאַנצע לאַנד אין משך פֿון איין טאָג.
איך האָב געהאַט די געלעגנהייט צו כאַפּן אַ בליק אויף דער ישׂראלדיקער מוניציפּאַלישער דעמאָקראַטיע אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן אין די צענטראַלע שטעט: תּל־אָבֿיבֿ, רמת-גן און גבֿעתיים; קען איך עדות זאָגן, אַז די קאַמפּאַניעס אין אַלע דרײַ שטעט זענען דורכעגאַנגען שלעפֿעריק. ווען נישט די אינטערנעץ, וואָלט איך קיין אַנונג נישט געהאַט, אַז עס קומען פֿאָר וואַלן. קיינער האָט נישט גערעדט, קיינער האָט זיך נישט אינטערעסירט.
הײַיאָר איז פֿאָרגעקומען דאָס זעלבע: נאָר אינעם עצם־טאָג פֿון די וואַלן האָט מײַן מאָבילקע גענומען קוויטשען כּסדר, צוליב די טעקסטן וואָס די פֿאַרשיידענע קאַנדידאַטן האָבן צעשיקט. ניצן האָרוויץ, דער קאַנדידאַט פֿון דער מר”צ־פּאַרטיי, וואָס האָט זיך געשניטן צו ווערן דער בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, האָט פֿון ערגעץ געקראָגן מײַן מאָבילקע־נומער און פֿאַרוואָרפֿן מיך מיט טעקסטן, וואָס דערמוטיקן מיך צו גיין שטימען פֿון אין דער פֿרי אָן. ער האָט מיר געלאָזט וויסן, אַז דער נצחון איז גאַנץ מעגלעך — עס פֿעלט צו אים נאָר אַ האָר. פֿון וואַנען האָבן זײַנע „קאַמפּעינערס‟ געקראָגן מײַן נומער, ווייס איך נישט.
מיר איז אויך שווער צו פֿאַרשטיין, וואָס פּלוצעם האָבן זיי באַשלאָסן, אַז איך בין אַנטציקט פֿון ניצן האָרוויץ, און עס פֿעלט מיר נאָר מע זאָל מיר געבן אַ קליינעם שטופּ, כ‘זאָל אַרײַנוואַרפֿן דעם קאָנווערט מיט זײַן נאָמען אין דעם „קלפּי‟־וואַלקעסטל.
נו, מסתּמא דערפֿאַר זענען זיי ספּעציאַליסטן אין דעם געביט, וואָס ווערן גוט באַצאָלט. דעם אמת געזאָגט, ליגט מיר די סטאַטיסטיק אין דער לינקער פּאה, האָב איך לסוף טאַקע יאָ געשטימט, אָבער נישט פֿאַר אים. איך האָב אַרײַנגעלייגט אינעם קאָנווערט דאָס קוויטל מיטן נאָמען פֿון דעם פֿריִערדיקן בירגערמײַסטער, רוֹן כולדאַי. זאָגט עס קיינעם נישט אויס…
עס איז געווען אַרום נײַן אַ זייגער, ווען איך האָב זיך דערנענטערט צו דעם אָרט, וווּ די דעמאָקראַטיע ווערט הלכה־למעשׂה אויסגעקנאָטן מיט די געליימטע הענט פֿון דעם המון — אַ באַקאַנטער ליציי, וווּ עס האָט זיך געפֿונען דאָס וואַלקעסטל.
האַרט לעבן דעם אַרײַנגאַנג האָבן געפּרוּווט זיך צוטשעפּען צו מיר אַ פּאָר אַקטיוויסטן פֿון די אומבאַקאַנטע לאָקאַלע פֿראַקציעס. מײַן אײַליקער גאַנג האָט זיי, אַפּנים, געגעבן אָנצוהערן, אַז איך האָב נישט קיין חשק זיך לאָזן איבערצורעדן אין דער לעצטער מינוט; און די פֿלוגבלעטלעך, וועלכע זיי האַלטן אין די הענט, וועלן נישט האָבן קיין פּעולה אויף אַזאַ איינעם, וואָס „ווייסט וואָס ער וויל‟. אַזאַ מאַסקע האָב איך זיך באַמיט אָנצוטאָן.
די אַנדערע אַקטיוויסטן — יונג און מיד — האָבן זיך נישט געווענדט צו מיר. זיי זענען געשטאַנען סתּם אַזוי, וואַרטנדיק דער טאָג זאָל שוין קומען צום סוף, אָדער אַ פֿאַרבײַגייענדיקער נודניק זאָל זיך פֿאַרהאַלטן לעבן זיי און זיך אָנהייבן קריגן וועגן פּאָליטיק, אַרײַנברענגענדיק אין דער וואַל־קאַמפּאַניע אַ ביסל „עקשען‟.
דער שומר בײַם אַרײַנגאַנג האָט אויך אַרויסגעוויזן ווייניק חשק. איך האָב געמאַכט אַ זשעסט צו עפֿענען מײַן טאַש, און ער האָט מיך אָפּגעמאָסטן כּמעט שפּאָטיש מיט אַן אויסגעמאַטערטן, גליטשיקן בליק, ווי געוואָלט זאָגן: „נו, לאָז מיך אָפּ מיט דײַנע פֿאָרמאַליטעטן. איך האָב דאָך אויגן אין קאָפּ… איך זע, ביסט נישט קיין טעראָריסט… גיי אַרײַן.‟ אַנשטאָט צו עפֿענען די טאַשמע האָב איך אים געפֿרעגט, וווּ עס געפֿינט זיך דאָס וואַלקעסטל? ער האָט פֿוילעך אָפּגעענטפֿערט: „דאָרט‟ — און אָנגעוויזן מיט דער שפּיץ נאָז אויף אַ שטיק פֿינצטערניש.
אײַנזעענדיק, אַז ער וועט נישט זײַן מײַן אויסלייזער, האָב איך באַשלאָסן צו געפֿינען דעם וועג אַהין, וווּ מע פּראַקטיצירט דעמאָקראַטיע מיט די אייגענע כּוחות. דער ליציי איז געווען ליידיק, די קאָרידאָרן — כּמעט אין גאַנצן פֿינצטער. עס האָט זיך נישט געהערט קיין פּיפּס. איך האָב אָנגעהויבן צו טראַכטן, אַז אפֿשר האָב איך געמאַכט אַ טעות, און דאָס וואַלקעסטל געפֿינט זיך אין אַן אַנדער ליציי פֿון דער געגנט. אויב אַזוי, וואָס טוען דאָ די יונגע חבֿרה אין די מר”צ-העמדער? זיי שטייען דאָך נישט צופֿעליק לעבן דעם אַרײַנגאַנג?
אַ מענטש איז אַרויסגעקומען פֿון דער פֿינצטערניש, און איך האָב אויפֿגעציטערט. „דאָ איז דאָס וואַלקעסטל נומער 142?‟ — האָט ער מיך געפֿרעגט.
איך האָב זיך נישט געכאַפּט ביז אַהער, אַז די קלאַסן וווּ מע שטימט, האָבן ציפֿערן. איך האָב אים געזאָגט, אַז כ‘ווייס נישט, איך אַליין געפֿין נישט מײַן וואַלקעסטל.
גראָד דעמאָלט האָב איך דערזען אַ קליין שטיקל פּאַפּיר, צוגעקלעפּט צו דער טיר — „144‟ — האָב איך עס אים געזאָגט. דער מענטש האָט מיך באַדאַנקט און איז צוריק פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין דער פֿינצטערניש.
איך האָב אַרײַנגעקוקט אין דעם קלאַס. אַ פֿאַרוועלקטע פֿרוי מיט אַ קופּע בלאָנד-אָפּגעפֿאַרבטע לאָקנס אויפֿן קאָפּ האָט זיך געווענדט צו מיר: „היי, דו האָסט אַ ברודער?‟
זי איז געזעסן בײַ אַ לאַנגן טיש מיט פֿיר אַנדערע מענטשן מיט גלײַכגילטיקע פּנימער.
„יאָ‟ — האָב איך געענטערט, — „ווי ווייסט איר עס?‟
די פֿרוי האָט זיך גוטמוטיק צעשמייכלט: „ער איז אויך געווען דאָ מיט אַ שעה צוריק‟.
די אַנדערע מיטגלידער האָבן מיך אָנגעקוקט מיט חידוש. דער פֿאַקט, אַז איך האָב אַ ברודער, אַ צווילינג, און ער האָט געשטימט אין דעם זעלבן אָרט ווי איך, האָט אַרויסגערופֿן בײַ זיי אַן אינטערעס, כאָטש אויף אַ ווײַלע. זיי האָבן פֿרײַנדלעך געשמייכלט צו מיר.
זיי האָבן זיך גערירט גיך, גרייט מיך צו באַדינען אויפֿן בעסטן אופֿן: איינס-און-צוויי — בין איך שוין געשטאַנען הינטער דעם בלוילעכן קאַרטאָן־פֿאָרהאַנג מיטן בילד פֿון דער מנורה, אונטער צוויי צווײַגלעך פֿון אַן איילבערט-בוים, און אויסגעפֿילט מײַן דעמאָקראַטישן חובֿ.
צוריקוועגנס, דורכגייענדיק די פּוסטע קאָרידאָרן, האָב איך געהאָפֿט, אַז קיינער וועט שוין מער נישט אַרויסשפּרינגען פֿון דער פֿינצטערניש. און אַזוי איז עס טאַקע געווען — איך האָב שוין קיינעם נישט אינטערעסירט. מײַן שטימע האָב איך שוין אָפּגעגעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.