אַ צאָל אויסטראַלישע ייִד האָבן געמוזט זיך עוואַקויִרן פֿון זייערע הײַזער צוליב די וואַלד־שׂריפֿות. דוד לייק, אַ טראַדיציאָנעלער ספֿרדי, האָט פֿאַרלוירן זײַן היים, ווען דאָס פֿײַער איז אָנגעקומען אין די בלויע בערג (Blue Mountains), אַ שעה צו פֿאָרן אויף מערבֿ פֿון סידני. מאָנטיק, דעם 21סטן אָקטאָבער, האָט ער געמוזט אַנטלויפֿן.
די שׂריפֿות האָבן זיך אָנגעהויבן דעם 16טן אָקטאָבער. מע גיט איבער, אַז די קאַטאַסטראָפֿע האָבן גורם געווען די מיליטערישע צוגרייטונגען מיט אויפֿרײַס־מאַטעריאַלן, וועלכע מע האָט דעמאָלט דורכגעפֿירט אינעם ראַיאָן. צוליב דעם הייסן און טרוקענעם וועטער האָט דאָס פֿײַער זיך פֿאַרשפּרייטן אויף בערך 30 ערטער. מער ווי 200 הײַזער זענען פֿאַרברענט געוואָרן.
לייק האָט דערציילט, אַז אין זײַן פֿאַרברענטער שטוב האָט ער געפֿונען בלויז אַ קידוש־בעכער און אַ מזוזה. כּמעט אַלץ פֿון זײַן פֿאַרמעגן האָט ער פֿאַרלוירן. דער כּוס איז געוואָרן אינגאַנצן שוואַרץ, אָבער אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו רעכט צו מאַכן. „ס׳איז וווּנדערלעך‟, האָט געזאָגט דער געליטענער פֿון דער שׂריפֿה. די איינציקע אָפּגעהיטע מזוזה איז געווען צוגעקלאַפּט אין דרויסן; פֿון די אַנדערע מזוזות איז געבליבן בלויז אַש.
זינט דעם 22סטן אָקטאָבער וווינט לייק אין סידני, אינעם אָרטיקן בית־חב״ד — אַ גרויסער בנין מיט 40 ליידיקע צימערן, וווּ עס וווינען נאָך עטלעכע עוואַקויִרטע, אַ דאַנק דער הילף־טעטיקייט פֿון הרבֿ יוסי שאַפּיראָ, דער ליובאַוויטשער שליח אינעם דאָרפֿישן און פּראָווינציעלן ראַיאָן פֿון אויסטראַליע אָדער „RARA‟, ווי זײַן אָרגאַניזאַציע רופֿט די געגנט אָן. דער רבֿ האָט דערקלערט, אַז זײַן גאַסט וועט בלײַבן אינעם בית־חב״ד ווי לאַנג ער דאַרף.
עטלעכע אַנדערע ייִדישע גרופּעס העלפֿן אויך. „Our Big Kitchen‟, אַ ליובאַוויטשער גאָרקיך אין באָנדי, אַ פֿאָרשטאָט פֿון סידני, גרייט צו מער ווי טויזנט מאָלצײַטן פֿאַר די געליטענע און פֿײַערלעשער. דער הויפּט־רבֿ פֿון סידני, פּינחס פֿעלדמאַן, האָט איבערגעגעבן, אַז אין זײַן קהילה „בעט מען דעם אייבערשטן, ער זאָל רחמנות האָבן און אָפּשטעלן שוין די שרעקלעכע קאַטאַסטראָפֿע‟.
דער קריזיס־צענטער בײַם „ייִדישן הויז‟ העלפֿט די געליטענע מיט פּסיכאָלאָגישע עצות און נעמט אַרײַן מענטשן, וואָס האָבן מיט זיך שטוב־בעלי־חיים. הרבֿ מענדל קאַסטעל, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט איבערגעגעבן, אַז דער צענטער העלפֿט איצט 25 משפּחות.
די אָרגאַניזאַציע „ייִדישע הילף אין אויסטראַליע‟ (Jewish Aid Australia) האָט דורכגעפֿירט די וואָך אַן אַפּעל, צו זאַמלען געלט פֿאַר די געליטענע, ווי עס האָט דערציילט איר פֿאַרוואַלטער, גאַרי סאַמאָוויץ.
וואַלד־שׂריפֿות זענען אַ פֿאַרשפּרייטע צרה אינעם לאַנד — אַ מין אָנגייענדיקע מלחמה, אין וועלכער עס קומען כּסדר אום מענטשן. אינעם יאָר 2009, האָט דאָס פֿײַער אומגעבראַכט 170 נפֿשות און צעשטערט 150 הײַזער אינעם שטאַט וויקטאָריע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.