„מוריה־פֿילמען‟ איז אַן אָפּטייל בײַם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟, וואָס האָט געשאַפֿן שוין אַ טוץ אינטערעסאַנטע דאָקומענטאַלע פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס. „מוריה‟ איז געווען פֿון אָנהייב אָן פֿאַרבונדן מיטן רעזשיסאָר ריטשאַרד טראַנק, באַקאַנט ווי דער שאַפֿער פֿונעם פֿילם „דער לאַנגער וועג אַהיים‟ (The Long Way Home), וועגן דעם לעבן פֿון די שארית־הפּליטה אין ישׂראל, וואָס האָט געוווּנען אַן „אָסקאַר‟ אינעם יאָר 1997.
אין פֿאַרגלײַך מיט טראַנקס אַנדערע פֿילמען, איז דער הײַנטיקער, וואָס הייסט „די פּרעמיער־מיניסטאָרן: די פּיאָנירן‟ (The Prime Ministers: The Pioneers), איז געווען, מסתּמא, אַ סך גרינגער צו מאַכן. ס׳זעט אויס, אַז ער איז זיך באַגאַנגען בלויז מיט צוויי קאַמערעס, אָנגעצילט אויף יהודה אַבֿנר — דער מחבר פֿונעם בוך, וואָס האָט געדינט ווי דער יסוד פֿונעם פֿילם. אַבֿנר האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט אין דער ישׂראלדיקער רעגירונג, האָט גוט געקענט אַ גאַנצע ריי פּרעמיער־מיניסטאָרן, און האָט ליב צו דערציילט וועגן זיי. ווי מע זעט אינעם פֿילם, איז ער אַן אויסגעצייכנטער מעשׂה־דערציילער.
דער אינטערוויויִרטער מחבר איז געבוירן געוואָרן אין מאַנטשעסטער, ענגלאַנד. אינעם יאָר 1947 איז ער אָנגעקומען אינעם קומענדיקן ישׂראל און שפּעטער אָנגעהויבן דינען אין דער רעגירונג פֿון דער נײַער מדינה. צווישן אַנדערע מינים אַרבעט, האָט ער געשריבן רעדעס פֿאַר פֿינף פּרעמיער־מיניסטאָרן און געדינט ווי אַן אַמבאַסאַדאָר אין ענגלאַנד, אירלאַנד און אויסטראַליע.
„די פּרעמיער־מיניסטאָרן‟ איז דער ערשטער פֿון די צוויי פֿילמען, באַגרינדעט אויף אַבֿנרס 715־זײַטיק בוך, וואָס טראָגט דעם זעלבן נאָמען. דער איצטיקער טייל, „די פּיאָנירן‟, דערציילט וועגן זײַן אַרבעט מיט לוי אשכּול און גאָלדע מאיר, ווי אויך מיט יצחק ראַבין, ווען יענער איז געווען דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער צווייטער טייל, וואָס וועט הייסן „די סאָלדאַטן און שלום־מאַכער‟, פּלאַנירט מען אַרויסצולאָזן אינעם קומענדיקן פֿרילינג. דאָרט וועט גייט אַ רייד אויך וועגן יצחק ראַבינען, ווען ער איז שוין געווען אַ פּרעמיער, וועגן מנחם בעגין און שמעון פּערעס.
דער דאָקומענטאַר איז גיכער נישט אַ ביאָגראַפֿיע, נאָר אַ סעריע מעשׂיות. אַ דורכשניטלעכער צוקוקער וועט אָפּלערנען פֿונעם פֿילם אַ סך, און אַ קענער פֿון דער ישׂראלדיקער געשיכטע וועט הנאָה האָבן פֿון אַבֿנרס דערציילונג און וועט, מסתּמא, געפֿינען פֿאַר זיך אַ פּאָר נײַע פּרטים. באַקאַנטע אַקטיאָרן מאַכן נאָך דאָס קול פֿון די פּרעמיער־מיניסטאָרן. דעם 18טן אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע אין ניו־יאָרק און דעם 8טן נאָוועמבער וועט מען ווײַזן דעם פֿילם אין לאָס־אַנדזשעלעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.