הײַיאָר, פֿאַלט אויס דער אַמעריקאַנער דאַנק־טאָג אויפֿן ערשטן טעג פֿון חנוכּה. לויטן חשבון פֿון יונתן מזרחי, אַ קוואַנט־פֿיזיקער פֿון די „נאַציאָנאַלע סאַנדיאַ־לאַבאָראַטאָריעס‟, וועט אַזאַ קאָמבינאַציע פֿון די טעג געשען צום צווייטן מאָל אין 79,043 יאָר אַרום. דאָס זעלטענע קאַלענדאַרישע געשעעניש האָט באַקומען אין דער פּאָפּולערער קולטור דאָס צונעמעניש „Thanksgivukkah‟.
אַ סך מענטשן פֿרעגן איצט, צי איז דאָ עפּעס אַ פֿאַרבינדונג צווישן דעם ייִדישן יום־טובֿ און דער אַמעריקאַנער חגא. דער קאָמיקער סטיווען קאָלבערט האָט שוין אויסגעלאַכט די דאָזיקע טעמע אויפֿן טעלעוויזיע־קאַנאַל „Comedy Central‟. דעם דאַנק־טאָג עסט מען אינדיק, און אויף חנוכּה לאַטקעס און פּאָנטשיקעס; אויב מע וויל, קאָן מען געפֿינען עפּעס אַן אויבערפֿלאַכיקע פֿאַרבינדונג צווישן די מאכלים.
ס׳איז פֿאַראַן אָבער אַ פֿיל טיפֿערע פֿאַרבינדונג, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אין די היסטאָרישע וואָרצלען פֿון ביידע יום־טובֿים. די אַמעריקאַנער פּילגרימען און די ייִדישע מכּביים האָבן געקעמפֿט פֿאַר זייער רעליגיעזער פֿרײַהייט. זייערע נאָכפֿאָלגער זענען אָבער געווען פֿאַרמישט אין ענלעכע עקלדיקע מעשׂים. נאָך די פּילגרימען זענען געקומען די קאָלאָניזאַטאָרן, וועלכע האָבן אַסימילירט און צעשטערט די אָרטיקע פֿעלקער. דאָס מלכות־חשמונאָים האָבן אויך בגוואַלד מגייר געווען די נישט־ייִדישע באַפֿעלקערונג.
ווען די גריכיש־סירישע סעלעוודידן האָבן פֿאַרבאָטן די ייִדן צו היטן שבת און מלן זייערע קינדער, האָבן די מכּביים העלדיש געקעמפֿט קעגן די אַכזריותדיקע געזעצן. ווען זיי זענען געקומען צו דער מאַכט און געגרינדעט אַן אייגענע דינאַסטיע פֿון מלכים, האָבן זיי אָבער אָנגעהויבן רודפֿן און אַפֿילו הרגענען די העלעניסטישע ייִדן און צווינגען אַלעמען אין זייער לאַנד אָנצונעמען זייער שיטה פֿון ייִדישקייט.
די אַמעריקאַנער קאָלאָניזאַציע האָט געבראַכט אַ חורבן די אָרטיקע אוראַלטע פֿעלקער. מע האָט זיי אַרײַנגעטריבן אין די רעזערוואַציעס און אויסגענוצט ווי שקלאַף־אַרבעטער, כּלומרשט, כּדי זיי זאָלן „ציוויליזירט‟ ווערן. זיי האָבן געמוזט ווערן קריסטן, זיך אָפּזאָגן פֿון זייערע טראַדיציעס און פֿאַרגעסן זייערע שפּראַכן.
הגם דער דאַנק־טאָג און חנוכּה זענען ביידע פֿאַרבונדן מיטן קאַמף פֿאַר רעליגיעזער פֿרײַהייט, זענען זיי אויך אַסאָציִיִרט מיט דער פֿינצטערער געשיכטע פֿון קולטור־אַסימילאַציע. ס׳איז נישט ריכטיק צו פֿאַרזען אָדער ריינוואַשן דאָס, וואָס די אַמעריקאַנער קאָלאָניזאַטאָרן האָבן געטאָן מיט די אינדיאַנער און דאָס מלכות־חשמונאָים — מיט די העלעניסטן. מיר מוזן געדענקען סײַ די גוטע, סײַ די שלעכטע אַספּעקטן פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע. ווען מיר צינדן אָן די חנוכּה־ליכט און עסן דאָס אינדיק־פֿלייש, מוזן מיר אָפּשאַצן די ווערט פֿון קולטורעלער פֿאַרשיידנאַרטיקייט און רעליגיעזער טאָלעראַנץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.