מע קען זאָגן, אַז מיאַמי איז הײַנט אַ „מעקאַ‟ — אָדער בעסער געזאָגט, אַ „ירושלים‟ — פֿאַר פֿרומע ייִדן, וואָס פֿאַרברענגען זייער וואַקאַציע אויף דער פּלאַזשע.
נישט בלויז געפֿינט מען דאָרט זאַמד און זון, נאָר אויך בערך אַ טוץ כּשרע רעסטאָראַנען; צווישן זיי — אַ וווּרשט־אָרט, אַ ביר־קאַפֿע, כינעזישע רעסטאָראַנען, פּיצע־געוועלבן, סושי־באַרן, אאַז״וו.
דער ערובֿ, וואָס דערלויבט די שומר־שבתניקעס צו שטופּן די קינדער־וועגעלעך און טראָגן שליסלען שבת, נעמט אויך אַרײַן דעם פּראָמענאַד („באָרדוואָק‟), אָבער נישט די פּלאַזשע גופֿא.
מיאַמי־ביטש איז כּמעט ווי תּל־אָבֿיבֿ, אָבער מיט איין חילוק: דאָ ליגן חרדישע פֿרויען בײַם זעלבן שווימבאַסיין, לעבן די האַלב־נאַקעטע מענער־טוריסטן. אַזאַ צוזאַמענלעבן איז שווער צו געפֿינען אין דער ייִדישער מדינה.
מיאַמי־ביטש איז אָבער נישט תּמיד געווען אַזאַ פֿרײַנדלעך אָרט פֿאַר ייִדן.
זעט שמואל פּערלינס ווידעאָ אויף דער טעמע:
איידער שפּאַניע האָט אַוועקגעגעבן פֿלאָרידע צו ענגלאַנד, ווי אַן אויסטויש פֿאַר קובאַ אין 1763, האָט פֿלאָרידע געפֿאָלגט די געזעצן פֿון דער אינקוויזיציע, און די ייִדן האָט מען פֿאַרווערט דאָרט צו וווינען.
אינעם 19טן יאָרהונדערט, ווען די ייִדן האָבן אָנגעהויבן דאָרט זיך צו באַזעצן, האָבן די אייגנטימער פֿון די הײַזער און געשעפֿטן אָפֿט אויפֿגעהאָנגען שילדן מיט די ווערטער Gentiles Only, אָדער ווי מע וואָלט געזאָגט אויף ייִדיש: „בלויז פֿאַר גויים‟. אַזאַ דיסקרימינאַציע האָט מען נאָך אַלץ געזען אין די 1950ער יאָרן.
אין די 1930ער האָט איין האָטעל אַרויסגעלאָזט אַ רעקלאַמע: Always a view, never a Jew (איר וועט דאָ תּמיד זען אַ שיינע לאַנדשאַפֿט, אָבער קיין מאָל נישט קיין ייִד). אַנדערע האָטעלן האָבן עס געזאָגט אויף אַ מער סובטילן אופֿן: Restricted Clientele (בלויז געוויסע קונים דערלויבט).
די ערשטע שיל אין מיאַמי־ביטש, „בית־יעקבֿ‟, איז געבויט געוואָרן אין 1929 אויף וואַשינגטאָן־עוועניו צווישן דער 3טער און 4טער גאַס, ווײַל די ייִדן האָבן נישט געטאָרט וווינען צפֿון פֿון דער 5טער גאַס. די שיל האָט זיך געשלאָסן אין 1986 און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם „ייִדישן מוזיי פֿון פֿלאָרידע‟. ס׳איז כּדאַי זיך אַהין אַרײַנצוכאַפּן, פּשוט צו זען דעם פּרעכטיקן בית־הכּנסת, וווּ דער גענגסטער מאיר לאַנסקי פֿלעגט דאַווענען.
מסתּמא די טרויעריקסטע געשעעניש אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון דער שטאָט איז פֿאָרגעקומען אין 1939, ווען די שיף SS St. Louis, מיט הונדערטער ייִדישע פּליטים פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, איז נישט אַרײַנגעלאָזט געוואָרן אין מיאַמי־ביטש, אויפֿן באַפֿעל פֿון פּרעזידענט פֿרענקלין ד. רוזוועלט, און ווי אַ פּועל־יוצא, האָט די שיף זיך געמוזט אומקערן קיין אייראָפּע, וווּ בערך אַ העלפֿט פֿון די פּאַסאַזשירן זענען אומגעקומען.
הײַנט איז מיאַמי־ביטש נישט בלויז פֿרײַנדלעך צו די ייִדן, נאָר זוכט אַקטיוו זייערע וויזיטן. דער עלעגאַנטער האָטעל פֿון 631 צימערן, „אידען ראַק‟ (Eden Roc), וואָס מע רופֿט אין אַ שפּאַס דעם „ייִדן־ראַק‟, איז איינער פֿון די צוויי אָרטיקע האָטעלן מיט אַ כּשרער קיך. דאָרט פּראַווען אַ סך ייִדן זייערע בר־מיצוות, חתונות און פּסח־וואַקאַציעס.
אין 2009 האָבן די אייגנטימער פֿונעם „אידען ראָק‟ דורכגעפֿירט אַ ריזיקן רעמאָנט, וואָס האָט אָפּגעקאָסט 240 מיליאָן דאָלאַר. סײַ דער „אידען ראַק‟, סײַ איר שכן — דער „פֿאַונטענבלו‟ (Fountainbleau), זענען געבויט געוואָרן פֿונעם זעלבן אַרכיטעקט, מאָריס לאַפּידוס, אַ ייִדישער אימיגראַנט פֿון רוסלאַנד.
דער „פֿאַונטענבלו‟, וועלכער האָט געהאַט זײַן אייגענעם 1־ביליאָן־דאָלאַרדיקן רעמאָנט אין 2008, איז דאָס גרעסטע אייגנטום אין מיאַמי־ביטש — 22 אַקער. דאָרט געפֿינען זיך 1,504 צימערן אין פֿיר טורעמער. ער נעמט אַרײַן זעקס רעסטאָראַנען, אַ כּשרע יאַטקע, בעקערײַ, פֿיש־געוועלב און אַ שאָקאָלאַד־קראָם; אַ טוץ שווימבאַסיינען און איינער פֿון די פּאָפּולערסטע נאַכטקלובן אין פֿלאָרידע, „ליוו‟, וואָס פּראַוועט יעדן ערבֿ־ניטל אַ ייִדישן באַל, Matzo Ball.
דאָס אײַנשטיין אין די האָטעלן איז אָבער נישט ביליק. ווינטערצײַט איז שווער צו געפֿינען אַ צימער וואָס קאָסט ווייניקער ווי $300 אַ נאַכט, כאָטש מע קען אײַנשטיין אין איינעם פֿון די וואָלוועלערע האָטעלן, וואָס קאָסטן נעענטער צו $200 אַ נאַכט.
אָדער איר קענט פּשוט נעכטיקן אין אײַער פֿעטער מאָטלס קאָנדאָ, אין באָקאַ ראַטאָן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.