„איך קען ניט כאַפּן דעם אָטעם‟. מיט אָט די ייִדישע ווערטער הייבט זיך אָן דער טריילער צום נײַעם פֿילם „די שפּילקע‟, וואָס קומט פֿאָר מערסטנס אין אַן אומבאַשטימט אָרט לעבן אַ שײַער, בשעת דער צווייטער וועלט מלחמה. די צוויי העלדן פֿונעם פֿילם, יעקבֿ, (אַקטיאָר גרישע פּאַסטערנאַק) און לאה (אַקטריסע מילדע געקײַטע), זענען צוויי יונגע ייִדן, וועלכע באַהאַלטן זיך פֿון די נאַציס און בשעת־מעשׂה פֿאַרליבן זיך. צוליב אַ טיפֿער זאָרג, זי זאָל חלילה, ניט באַגראָבן ווערן לעבעדיקערהייט, בעט לאה יעקבֿן, אַז ווען זי שטאַרבט זאָל ער אַ שטאָך טאָן איר קערפּער מיט אַ שפּילקע, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זי איז טאַקע טויט.
יאָרצענדליקער שפּעטער, דינט דער זעלביקער יעקבֿ ווי אַ שומר אין אַ לוויה־הויז אין קאַנאַדע און באַמערקט, אַז דער מת וואָס ליגט פֿאַר אים איז לאה, דאָס זעלביקע מיידל וואָס ער האָט אַמאָל ליב געהאַט און אויסגעפֿירט דעם גורלדיקן צוזאָג.
נעמי דזשיי, די רעזשיסאָרין און שרײַבערין פֿונעם פֿילם, אַ קאַנאַדערין אין אירע 40 ער, האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז דער בראשית פֿונעם דאָזיקן סצענאַר קומט פֿון צוויי פֿאַרשידענע קוואַלן. דער ערשטער קוואַל איז די טעלעוויזיע-סעריע „זעקס פֿיס אין דר‘ערד‟ (Six Feet Under), וואָס באַהאַנדלט אַ פֿאַמיליע, וואָס פֿירט אָן מיט אַ לוויה־הויז; נאָכן זען די גאַנצע סדרה איז זי „פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דער טעמע טויט‟, און מיטן געדאַנק, אַז עמעצער קאָן פֿילן די אַבֿודה ניט נאָר גײַסטיק ,נאָר אויך אויף אַ ממשותדיקן אופֿן. צוליב אָט דער פֿאַרכאַפּטקייט, האַלט זי, איז זי פֿאַראינטערעסירט געוואָרן אין די מאַסן־מאָרדן פֿון ייִדן, אָנגעפֿירט פֿון די אײַנזאַצגרופּעס.ֹ
דער צווייטער קוואַל פֿונעם פֿילם שטאַמט פֿון אַ מעשׂה וועגן איר באָבע לאה דזשיי. ווי לאה אינעם פֿילם, האָט איר באָבע שטאַרק מורא געהאַט, מ‘זאָל זי נישט באַגראָבן לעבעדיקערהייט, און האָט געבעטן איר זון, דער פֿאָטער פֿון דער רעזשיסאָרין, מ‘זאָל שטעכן איר טויטן גוף מיט אַ שפּילקע. „מיר איז געווען גאַנץ אינטערעסאַנט דער אַקט, ווײַל ער איז סײַ אַן אַקט פֿון ליבע און סײַ פֿון רציחה. מיר איז שטאַרק אינטערעסאַנט געוואָרן, ווי די צוויי עלעמענטן שמעלצן זיך צונויף‟, האָט דזשיי געזאָגט.
כאָטש דזשיי האָט שטענדיק געוואָלט מאַכן איר פֿילם אויף אַ מיזרח־אייראָפּעיִשער שפּראַך, האָט זי ניט געטראַכט וועגן ייִדיש. בײַם אָנהייב פֿונעם פּראָיעקט האָט זי געקלערט צו מאַכן אים אויף ליטוויש אָדער רוסיש. „ווען איך האָב אָבער אָנגעהויבן זוכן פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַרן פֿילם און אויסגעפֿאָרשט די טעמע, איז עס מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז די העלדן זאָלן רעדן אויף ייִדיש. ס‘איז געווען, ווי מ‘האָט בײַ מיר אָנגעצונדן אַ ליכט אין קאָפּ.‟
נישט אַלע זענען אָבער געווען מסכּים מיט איר באַשלוס. „אַ פּאָר מענטשן האָבן מיר געזאָגט, אַז איך בין משוגע. ס‘איז דאָך געווען אַ ריזיקע צו מאַכן מײַן ערשטן פֿילם אויף ייִדיש. אָבער משוגע קען אויך זײַן וווּנדערלעך! און צום סוף, האָט דער פֿאַקט וואָס דער פֿילם איז בפֿירוש אויף ייִדיש, צוגעצויגן צו אים מער אויפֿמערק‟ ,האָט זי באַטאָנט.
נאָכן אָנשרײַבן דעם סצענאַר איז די ערשטע שוועריקייט וואָס דזשיי האָט געדאַרפֿט בײַקומען, געווען צו געפֿינען עמעצן, וואָס זאָל קענען איבערזעצן דעם טעקסט אויף ייִדיש, ווײַל זי קען אין גאַנצן ניט די שפּראַך. פֿאַר דעם האָט זי זיך געוואָנדן צו גלאָריע ברומער פֿון יאָרק־אוניווערסיטעט, וועלכע האָט איבערגעזעצט די דיאַלאָג אינעם פֿילם. דזשייס צווייטע שוועריקייט איז געווען צו געפֿינען פּאַסיקע יונגע ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן אין טאָראָנטאָ. סוף־כּל־סוף, האָט זי באַשלאָסן צו געפֿינען אַקטיאָרן וואָס זאָלן קענען גוט צוזאַמענאַרבעטן און דערנאָך זיי אויסלערנען ווי אַזוי אַרויסרעדן דעם דיאַלאָג אויף מאַמע־לשון.
אַזעלכע אַקטיאָרן, האָט זי, סוף־כּל־סוף געפֿינען ־ די צוויי יונגע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע, גרישע פּאַסטערנאַק, וואָס איז געקומען קיין קאַנאַדע פֿון אוקראַיִנע נאָך אַ קליין קינד, און מילדע געקײַטע, אָריגינעל אַ ליטווינערין, וואָס איז געקומען צו 16 יאָר. כאָטש די צוויי אַקטיאָרן האָבן קיין ייִדיש ניט געקענט, האָבן זיי יאָ שוין ביידע געקענט דרײַ שפּראַכן און זיך געדאַרפֿט אויסלערנען ענגליש ווי אימיגראַנטן, אַ פֿאַקט, וואָס דזשיי האָט געהאָפֿט, וועט זיי העלפֿן זיך אויסצולערנען נאָך אַ שפּראַך.
אָריגינעל האָבן די אַקטיאָרן געמאַכט זייערע פּראָבעס אויף ענגליש און דערנאָך שוין אויף ייִדיש. נאָך דעם וואָס מ‘האָט זיי אויסגעקליבן האָבן זיי זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש אויף אַן אינטענסיוון אופֿן מיט דער לערערקע אַנאַ (חנה) בערמאַן. בסך־הכּל, האָבן זיי אַדורכגעמאַכט 6 חדשים פֿון ייִדיש־קלאַסן: בערמאַן האָט מיט זיי געלערנט צוויי מאָל אַ וואָך עטלעכע שעה. בשעת די קלאַסן האָט מען אַדורכגעלייענט דעם סצענאַר אין טראַנסליטעראַציע, סײַ די אַקטיאָרן זאָלן קענען ריכטיק אַרויסרעדן זייערע ראָלעס, סײַ פּינקטלעך פֿאַרשטיין דעם באַטײַט פֿון יעדעס וואָרט.
בײַם פֿילמירן אין האַמילטאָן, אַ שטאָט לעבן טאָראָנטאָ, האָט נאָך אַ ייִדיש־קענער, חיים מונשער, אויך פֿון יאָרק־אוניווערסיטעט, קאָנטראָלירט, אַז די שפּראַך זאָל קלינגען נאַטירלעך. אין דער זעלביקער צײַט וואָס מונשער האָט אַכטונג געגעבן אויף דער קוואַליטעט פֿון דער גערעדטער שפּראַך, האָט דזשיי געדאַרפֿט בײַקומען די שוועריקייט פֿון אַדורכפֿירן איר רעזשיסאָרישע אַרבעט, אָן קענען אַליין פֿאַרשטיין די שפּראַך, וועלכע אירע אַקטיאָרן רעדן. „דאָס רעזשיסירן אויף ייִדיש איז מיר סײַ געווען גרינגער, סײַ שווערער; גרינגער, ווײַל איך האָב געקענט לייגן מער אַכט, ווי אַזוי די אַקטיאָרן האָבן פֿאָרגעשפּילט זייערע ראָלעס אָן צו אָפּווענדן דעם אויפֿמערק אויף די ווערטער און ווי אַזוי זיי ווערן אַרויסגערעדט, האָט דזשיי דערקלערט.
די דרײַ ייִדיש־קענערס — די איבערזעצערין גלאָריע ברומער, די לערערין חנה בערמאַן און דער „שומר הייִדיש‟ בײַם פֿילמירן חיים מונשער, האָבן אַ סך אַרומגערעדט דעם ענין, וואָס פֿאַר אַ ייִדיש זאָל מען נוצן אין דעם פֿילם. מונשער האָט געוואָלט מ‘זאָל מאַכן דעם פֿילם אויף אַן אויטענטישן ליטווישן ייִדיש, און די אַנדערע האָבן געהאַלטן פֿון אַ כּלל־שפּראַך. עווענטועל האָט מען באַשלאָסן צו מאַכן דעם פֿילם אויף כּלל־שפּראַך, ווײַל דאָס ווידער איבערבײַטן דעם סצענאַר פֿון אַ כּלל־שפּראַכיקער איבערזעצונג אויף אַן עכטן ליטווישן ייִדיש מיט אַלע פּיטשעווקעס, וואָלט געווען שווער.
דאָס אויסלערנען די אַקטיאָרן ליטוויש־ייִדיש, האַלט דזשיי, וואָלט אויך געווען שווערער, ווי זיי אויסלערנען דעם כּלל־שפּראַכיקן אַרויסרעד. כאָטש דער אַרויסרעד גיט צו צום פֿילם אַ שטיקעלע אומאויטענטישקייט, האַלט דזשיי, אַז עס שטימט מיט איר קינסטלערישער וויזיע: דער פֿילם לאָזט בכּיוון ניט צו וויסן, וווּ די געשעענישן קומען פֿאָר.
דזשיי האָט דערקלערט, אַז זי, אירע אַקטיאָרן און די ייִדיש־קענערס האָבן געטאָן אַלץ מעגלעכס, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז ייִדיש זאָל האָבן אַן עכטן ייִדישן טעם. צווישן די וואָס האַלטן, אַז „די שפּילקע‟ האָט געטראָפֿן אין פּינטל, איז מירי קאָראַל, די דירעקטאָרשע פֿונעם קאַליפֿיאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור, וועלכע האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז דער פֿילם איז „זייער אַ פֿײַנער און זייער פֿײַן געמאַכט.‟
דעם 24סטן אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען אין לאָס־אַנדזשעלעס די פּרעמיערע. די רעזשיסאָרין נעמי דזשיי, צוזאַמען מיט די אַקטיאָרן האָבן דיסקוטירט דעם פֿילם מיטן עולם.
דעם פֿילם קען מען איצט זען אין ניו־יאָרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.