ווי אַזוי געדענקט מען הײַנט אַב. קאַהאַן, אויב מע געדענקט אים בכלל? דער עיקר, ווי דעם מחבר פֿונעם ראָמאַן The Rise of David Levinsky. אייניקע האָבן געזען דעם מוזיקל פֿון די 1980ער יאָרן, וואָס מע האָט לעצטנס ווידער געשטעלט אין ניו-יאָרק. אין דער זעלבער צײַט שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז זייער ווייניק מענטשן ווייסן עפּעס וועגן קאַהאַן, ווי אַ זשורנאַליסט און אַ טוער. אַגבֿ, ווען מע עפֿנט די וועב-זײַטן פֿון דעם ענגלישן און דעם ייִדישן „פֿאָרווערטס‟, געפֿינט מען דאָרטן ווייניק אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם מענטשן, וואָס האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד, אויף וועלכן עס שטייען, אין תּוך אַרײַן, די צײַטונגען, ווי אויך די וועב-זײַטן זייערע.
קיין מזל האָט קאַהאַן ניט געהאַט מיט ביכער וועגן אים. ס’איז דאָ אַן ענגלישער טײַטש פֿון אַ טייל פֿון זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע. ס‘רובֿ אַקאַדעמיקער לייענען פֿון צײַט צו צײַט אַ ביכל מכּוח קאַהאַנס קער, אין די 1920ער יאָרן, צו ציוניזם — פֿאָרזיכטיקע און איבערקלײַבערישע סימפּאַטיעס. דאָ און דאָרטן זײַנען צעוואָרפֿן באַזונדערע אַרטיקלען וועגן דעם לעגענדאַרן רעדאַקטאָר. אָבער קיין וואָגיקע אָפּהאַנדלונג איז ביז לעצטנס ניט אָנגעשריבן געוואָרן. פֿאַר וואָס? אַ סבֿרא, אַז די סחורה איז אַ שווערע און, דער עיקר, קיין בעלן איז ניט געווען אויף צו באַשעפֿטיקן זיך מיט אָט דער טעמע.
קאַהאַן איז געשטאַנען אין צענטער פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן. מיט אים האָט מען זיך גערעכנט, אָבער מע האָט אים אויך פֿײַנט געהאַט. ער איז געווען אַ מענטש פֿון דרײַ קולטורן — ייִדישער, רוסישער און אַמעריקאַנער. ער איז געווען אַ סאָציאַליסט, אָבער זײַן שניט פֿון סאָציאַליזם האָט נאָך קיינער, דאַכט זיך, דערווײַל ניט צעקײַעט און ניט באַשריבן. ער האָט געפֿאָדערט פֿון זײַנע זשורנאַליסטן צו שרײַבן אויף אַ „ייִדישן ייִדיש‟, אָבער אַליין געשריבן אויף אַ שפּראַך, וואָס איז געווען זייער האַמעטנע און שווער זי צו פֿאַרדײַען. ער איז געווען אין גאַנצן וועלטלעך, אָבער אָפּגעריסן זײַנע באַציִונגען מיט שלום אַש, ווען יענער האָט גענומען שרײַבן וועגן „קריסטלעכע זאַכן‟. מע קען פֿירן ווײַטער דעם חשבון פֿון סתּירות אין זײַן לעבן, אידעאָלאָגיע און באַציִונגען מיט מענטשן.
און אַ שווערער מענטשן איז ער זיכער געווען. וועגן דעם איז דווקא גאָר ניט ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן. דאָך, איז ער געוואָרן די נשמה פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ — אַנדערש וואָלט מען אים ניט געהאַלטן אויף דער שטעלע, יאָר-אײַן יאָר-אויס, אַ יאָרצענדליק נאָך אַ יאָרצענדליק.
זייער ווייניק איז באַוווּסט וועגן זײַן פּריוואַט לעבן. ס’איז ניט קיין סוד, פֿאַרשטייט זיך, אַז ער האָט געהאַט אַ ווײַב, אַניוטע, און אַז קיין קינדער זײַנען בײַ זיי ניט געווען. אָבער האָט ער זיך אַ מאָל פֿאַרקוקט אויף אַנדערע פֿרויען? ווער זײַנען געווען זייערע פֿרײַנד? וועלכע באַציִונגען זײַנען בײַ אים געווען מיט זײַנע און אירע קרובֿים? וועגן דעם אַלץ ווייסן מיר נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער, געוויינלעך, פֿון די פֿינף בענד פֿון זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, „בלעטער פֿון מײַן לעבן‟, וועלכע כאַפּט אַרום נאָר אַ ביסל מער פֿון אַ העלפֿט פֿון זײַן גאָר ניט קיין קורצן לעבן.
הײַנט האָבן מיר, סוף-כּל-סוף, אַ בוך וועגן קאַהאַן, The Rise of Abraham Cahan, אָנגעשריבן דורך דעם אַמאָליקן (ערשטן) רעדאַקטאָר פֿון דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, סעט ליפּסקי. דאָס דאָזיקע בוך קען מען באַטראַכטן פֿון צוויי זײַטן: אַקאַדעמיש און פּאָפּולער. אַקאַדעמיש וויל איך עס ניט טאָן, ווײַל דאָס וואָלט געווען פּשוט ניט ריכטיק: דאָס בוך איז אָנגעשריבן פֿאַר אַ מאַסן-לייענער. און איך וואָלט אַפֿילו ניט געעצהט קיין אַקאַדעמיקער צו עפֿענען די דאָזיקע ביאָגראַפֿיע, ווײַל קיין נײַע זאַכן זײַנען דאָרטן כּמעט ניטאָ.
סעט ליפּסקי האָט זיך פֿאַרמאָסטן אויף אַ פּראָיעקט, וואָס אַן אַנדער, ווייניקער דרייסטער מענטש, וואָלט זיך פֿון אים, בלי-ספֿק, אָפּגעזאָגט: צו שרײַבן וועגן אַ פּערזענלעכקייט, וואָס זײַן ניט-ליטעראַרישע (זשורנאַליסטישע, אידעאָלאָגישע) טעטיקייט האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור מערסטנטייל אויף ייִדיש — די שפּראַך, וואָס איז ליפּסקין ניט צוטריטלעך. האָט ער געמוזט זיך באַגרענעצן מיט די פֿאַראַנענע טעקסטן אויף ענגליש, וועלכע „דעקן‟ נאָר געוויסע מאָמענטן אין קאַהאַנס לעבן.
ליפּסקיס קאַהאַן איז ניט דער זעלביקער מענטש, ווי איך, אַ שטייגער, זע אים. ס’איז קלאָר, אַז ליפּסקין האָט מער אינטערעסירט קאַהאַנס מגע-ומשׂא מיט דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסטישער סבֿיבֿה. אָדער — איך ווייס שוין ניט פֿאַר וואָס — פֿאַרנעמט אַ ממשותדיק אָרט אין זײַן בוך קאַהאַנס באַציִונג צו זאבֿ (וולאַדימיר) זשאַבאָטינסקי, בעת מיך אינטערעסירן מער גאָר אַנדערע לײַט אין קאַהאַנס לעבן, אַזעלכע ווי, למשל, חיים זשיטלאָווסקי אָדער משה אָלגין. אָבער דאָס זײַנען פּרטים. די הויפּט-זאַך איז, אַז סוף-כּל-סוף, איז דאָ אַ בוך וועגן דעם גרינדער פֿון „פֿאָרווערטס‟. איך האָף, אַז דאָס דאָזיקע בוך, וואָס איז זייער גוט אָנגעשריבן, וועט האָבן אַ היפּש ביסל לייענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.