די וואַרשעווער ייִדישע קהילה דיסקרימינירט קעגן די ייִדן וואָס האָבן נישט קיין פּוילישע פּאַספּאָרטן. אַפֿילו די ייִדן, וואָס זענען געקומען אַהער פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער אויף אַרבעט אָדער פּערזענלעכע סיבות, און וווינען איצט אין פּוילן, קענען נישט ווערן מיטגלידער פֿון דער וואַרשעווער קהילה.
פּוילן איז ווי באַקאַנט, אַ מיטגליד פֿון דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און די בירגער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד האָבן דאָ די זעלבע רעכט וואָס די אָרטיקע בירגער; אָבער די וואָס שטייען הײַנט בראָש פֿון דער ייִדישער קהילה, זענען מיט דעם נישט מסכּים.
דער „דזשאָינט‟, להיפּוך, לאָזט יאָ אַרײַן אַלע ייִדן, וואָס ווילן ווערן מיטגלידער פֿון „דזשאָינט‟ אין פּוילן. זונטיק, דעם 27סטן אָקטאָבער איז געווען די עפֿענונג פֿון דעם נײַעם „דזשאָינט‟ צענטער אין וואַרשע.
עס איז דאָ אַ שטיקל פּאַראַדאָקס אין דעם: דער „דזשאָינט‟, וואָס האָט געבויט דעם בנין פֿונעם „פֿאַרבאַנד‟ אין פּוילן נאָך בשעת דער קאָמוניסטישער הערשאַפֿט, האָט נישט קיין אייגענעם בנין אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט. ווייניק מענטשן ווייסן, אַז דער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע איז אויך אַ טייל פֿונעם „פֿאַרבאַנד‟־בנין.
דעריבער האָט דער „דזשאָינט‟ געמוזט דינגען אַ קליינעם בנין אין מיטן וואַרשע אויף דער כמיעלנאַ־גאַס, וואָס איז פֿריִער געווען אַ וועגעטאַרישער רעסטאָראַן. דער בנין איז רענאָווירט געוואָרן, און הרבֿ שודריך, דער הויפּט רבֿ פֿון פּוילן, האָט צוגעקלאַפּט אַ מזוזה בײַם אַרײַנגאַנג פֿונעם נײַעם צענטער.
דער צענטער וועט דינען ווי אַ טרעפֿפּונקט פֿאַר ייִדן פֿון קליין ביז גרויס, פֿרומע און פֿרײַע, מיטגלידער פֿון דער קהילה און אַזעלעכע, וואָס קענען אָדער ווילן נישט ווערן קיין מיטגלידער.
דער צענטער וועט האָבן אַ מין אָפֿענעם אוניווערסיטעט פֿאַר ייִדישע לימודים, האַלטן לעקציעס, וואָס האָבן אַ שײַכות מיט ייִדישער אמונה און קולטור. די וואַרשעווער ייִדן זענען פֿאַרבעטן צו פֿײַערן די ייִדישע יום-טובֿים אינעם נײַעם צענטער.
* * *
דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע האָט לעצטנס באַקומען 400 חפֿצים, וואָס די פּאָליאַקן און ייִדן האָבן באַהאַלטן בײַ זיך במשך פֿון די לעצטע זיבעציק יאָר.
סטאַניסלאַוו מאַטערניאַק, למשל, האָט געגעבן דעם מוזיי א רונדן שאַרפֿשטיין, וואָס מען נוצט אים צו שאַרפֿן מעסערס. מאַטערניאַק האָט באַמערקט, אַז אויפֿן שטיין זענען אויסגעקריצט מאָדנע אותיות. ער האָט זיך דערוווּסט, אַז דאָס זענען העברעיִשע אותיות, און דער שאַרפֿשטיין אַליין איז געמאַכט געוואָרן פֿון אַ מצבֿה.
אַ גאָר אַנדערער אָביעקט איז א הילצערנער קופֿערט — אַ מתּנה פֿון יאַראָסלאַוו קאָסיאַטי. דער שיינער הילצערנער קופֿערט האָט געהערט צו זײַן באָבע. זי האָט זיך קיין מאָל נישט מודה געווען, אַז זי איז אַ ייִדישקע. פֿון צײַט צו צײַט האָט מען אָבער געהערט ווי זי רעדט אויפֿן טעלעפֿאָן מיט איר שוועסטער אין ישׂראל אויף ייִדיש.
נאָך אַ טשיקאַווער חפֿץ איז אַן אויטאָמאָביל, וואָס אַ רײַכער ייִדישער געשעפֿטסמאַן האָט געבראַכט דעם אייניקל פֿון דײַטשלאַנד נאָך פֿאַר דער מלחמה. דער אויטאָמאָביל איז אַ קאָפּיע פֿון אַן אמתן ספּאָרט-אויטאָ, אָבער, פֿאַרשטייט זיך, אַז אַנשטאָט אַ מאָטאָר פֿאַרמאָגט ער פּעדאַלן, וואָס דאָס קינד קען באַוועגן מיט זײַנע פֿיס.
אַזעלכע אָביעקטן קענט איר זען אויף דער איצטיקער אויסשטעלונג פֿונעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע. די דאָזיקע אָביעקטן לאָזן אונדז כאַפּן אַ בליק אויפֿן לעבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָט געלעבט דאָ ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה.
* * *
דער „פֿאַרבאַנד‟ פֿון די ייִדן אין פּוילן איז לעצטנס געוואָרן 63 יאָר אַלט. נאָך דער מלחמה האָט די קאָמוניסטישע מאַכט חרובֿ געמאַכט אַלע ייִדישע אומאָפּהענגיקע אָרגאַניזאַציעס, רעכטע און לינקע, רעליגיעזע און פֿרײַע. דער „פֿאַרבאַנד‟ איז געבליבן דאָס איינציקע אָרט וווּ ייִדן האָבן געקאָנט זיך טרעפֿן, טרינקען טיי און כאַפּן אַ שמועס, לייענען די „פֿאָלקס-שטימע‟, רייכערן אַ פּאַפּיראָס און שפּילן שאָך.
דעם אמת געזאָגט, איז דאָס קולטורעלע לעבן אין די פֿאַרשיידענע צווײַגן פֿונעם „פֿאַרבאַנד‟ געווען דעמאָלט רײַכער און מער טשיקאַווע, ווי מען זעט הײַנט צו טאָג — סײַ אינעם איצטיקן „פֿאַרבאַנד‟ און סײַ אין אַנדערע אָרגאַניזאַציעס.
אין די 1950ער און 1960ער יאָרן זענען געווען אין די פֿאַרשיידענע קלובן פֿון „פֿאַרבאַנד‟ דראַמקרײַזן און כאָרן, קורערטער פֿאַר דערוואַקסענע און זומער־קאָלאָניעס פֿאַר קינדער. דער „פֿאַרבאַנד‟ האָט געהאַט אַ שלל קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען פֿאַר יונג און אַלט.
דער ייִדישער מוזיי האָט אין איינעם מיטן „פֿאַרבאַנד‟ אָפּגעהאַלטן זונטיק, דעם 27סטן אָקטאָבער אַן אָוונט לכּבֿוד דעם „פֿאַרבאַנד‟. אין דער פּראָגראַם איז געוויזן געוואָרן אויך אַ פֿילם, וואָס די רעגירונג האָט געמאַכט אין יאָר 1947, וועגן דעם ייִדישן ייִשובֿ אין נידערשלעזיען. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז געווען אַ פּראָפּאַגאַנדע־פֿילם, פֿון דעסטוועגן, איז עס אַ טשיקאַווער בײַשפּיל פֿון אַ נאָכמלחמהדיקן ייִדישן פֿילם אין פּוילן.
די „יעדיות פֿון וואַרשע‟ קען מען הערן יעדע וואָך אויף אונדזער ראַדיאָ „פֿאָרווערטס־קול‟, געפֿירט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־קאָרעספּאָנדענט קאָבי ווײַצער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.