אַ טשיקאַווער מוזיק־ווידעאָ איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן, וואָס וועבט צונויף דעם גרויסן ייִדישן שלאַגער, „מײַן ייִדישע מאַמע‟, מיט אַ מאָדערנעם היפּ־האָפּ לויבגעזאַנג צו דער מאַמען. במשך פֿון די ערשטע צוויי וואָכן אויף „יו־טוב‟, האָט מען שוין געזען און געהערט דעם מוזיק־ווידעאָ מער ווי 11,000 מאָל.
„מײַן ייִדישע מאַמע‟, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿון דזשעק יעלען און ליו פּאָלאַק אין די אָנהייב־1920ער יאָרן, איז באַרימט געוואָרן דורך דער זינגערין סאָפֿי טאָקער, דעם חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט און שפּעטער — די שוועסטער בערי. אין 1928 האָט דער צוויי־שפּראַכיקער נוסח פֿונעם ליד (ייִדיש און ענגליש) פֿיגורירט ווי איינס פֿון די פֿינף פּאָפּולערסטע לידער אויף דעם אַמעריקאַנער ראַדיאָ. זינט דעמאָלט האָט מען עס איבערגעזעצט אין אַ צאָל אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט שפּאַניש, אונגעריש, פּויליש און פֿינלענדיש.
אינעם מוזיק־ווידעאָ, פּראָדוצירט דורך Sparks Next, הערט מען, צו ערשט, דאָס ליד גופֿא, האַרציק געזונגען פֿון אַ 32־יאָריקן חזן, מאיר גאָלדבערג. די מוזיק ווערט באַגלייט מיט אַ ריי אימאַזשן פֿון מאַמעס מיט קינדער: נישט קיין אַלטע שוואַרץ־און־ווײַסע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די 1950ער יאָרן, נאָר דווקא פֿון הײַנטיקע יונגע ייִדישע מאַמעס, וועלכע גרייטן צו אַ מיטאָג פֿאַר די קינדער, אָדער עלטערע מאַמעס, וועלכע גלעטן מיט ליבשאַפֿט זייערע דערוואַקסענע טעכטער.
ווי באַלד גאָלדבערג פֿאַרענדיקט זינגען די ייִדישע ווערטער פֿון „מײַן ייִדישע מאַמע‟, טרעט אויף אַ יונגער זינגער פֿון דער ייִדישער „ראַפּ‟־גרופּע Brooklyn Mentality און דערציילט, דורכן שאַרפֿן ריטעם פֿון „היפּ־האָפּ‟, וועגן די יאָרן, וואָס ער האָט דווקא רעבעלירט קעגן דער מאַמען, און קעגן אַלע דערוואַקסענע:
It weighed on my mom, she was always in the principal’s office
Becoming good seemed like an impossible process
[ס׳האָט וויי געטאָן מײַן מאַמען, אַן אָפֿטער גאַסט בײַם שול־דירעקטאָר,
מײַן ווערן אַ לײַט האָט אויסגעזען ממש אוממעגלעך.]
די מאַמע גיט זיך אָבער נישט אונטער, זאָגט ער. זי וואָרנט אים: „דאָס איז דײַן לעצטער שאַנס צו ווערן אַ מענטש!‟ סוף־כּל־סוף, פֿאַרשרײַבט ער זיך אין אַ ישיבֿה ווײַט פֿון דער היים, און ערשט דעמאָלט טוט ער תּשובֿה:
I can‘t show how deep my feelings of gratitude are
That you did more than stand by me
You carried me, the faith that you had and have in me
I just wanna start making you happy, see…
[איך קען נישט ווײַזן ווי טיף איך באַדאַנק דיך
וואָס דו ביסט במשך פֿון די שווערע צײַטן נישט בלויז געבליבן מיט מיר,
נאָר מיך ממש געטראָגן אויף די הענט, צוגעגעבן בטחון האָסטו מיר,
איצט וויל איך דיך בלויז צופֿרידנשטעלן…
איידער גאָלדבערג און זײַן פּראָדוצענט, דניאל פֿינקלמאַן, האָבן געמאַכט דעם ווידעאָ, האָבן זיי גוט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס צונויפֿברענגען אַ סענטימענטאַל ייִדיש ליד מיטן רויען, שאַרפֿן טאַקט פֿון היפּ־האָפּ וועט נישט אַלעמען געפֿעלן.
„פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן מיר אויך געוווּסט, אַז אויב מיר וועלן מאַכן בלויז דעם אַלטן נוסח פֿון ׳מײַן ייִדישע מאַמע׳, וועלן מיר פֿאַרלירן דעם יונגן עולם,‟ האָט פֿינקלמאַן געזאָגט, בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. ס׳איז, אַ פּנים, געווען כּדאַי צו ריזיקירן, ווײַל זינט דער ווידעאָ איז אַרויס, האָבן אַ סך מענטשן זיך געטיילט מיט דעם אויף „פֿייסבוק‟ — וווּ דער עולם איז במילא אַ ייִנגערער.
דער מוזיק־ווידעאָ איז אויך אינטערעסאַנט צוליב אַ צווייטער סיבה. גאָלדבערג און פֿינקלמאַן זענען ביידע אויפֿגעוואַקסן אין ישׂראל אין די 1980ער, אָבער — אַנטקעגן דעם סטערעאָטיפּ פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט ווי נעגאַטיוו־געשטימט צו ייִדיש — האָבן זיי ביידע זייער וואַרעמע זכרונות פֿון הערן ייִדישע לידער אין דער היים. פֿינקלמאַנס עלטערן זענען געווען אימיגראַנטן פֿון אוקראַיִנע, און זײַן באָבע האָט אָפֿט גערעדט ייִדיש. „אונדזער באַליבטסטע ראַדיאָ־פּראָגראַם איז געווען ׳ראָזשינקעס מיט מאַנדלען׳, וווּ מע האָט כּסדר געשפּילט דודו פֿישער און די שוועסטער בערי,‟ האָט ער געזאָגט.
גאָלדבערגס טאַטע איז געווען אַ חזן אין צה״ל, און אין זייער שטוב אין תּל־אָבֿיבֿ פֿלעגט די משפּחה זיך אויך צוהערן צו דודו פֿישער, ווי אויך צו די לידער פֿון עלוויס פּרעסלי און פֿרענק סינאַטראַ. „מײַנע עלטערן האָבן אָבער נישט געוואָלט, אַז מיר זאָלן זיך צוהערן צו די ׳גוייִשע׳ ליבע־לידער, האָבן זיי געשפּילט בלויז די ייִדישע לידער, איידער מיר האָבן זיך געלייגט שלאָפֿן,‟ האָט גאָלדבערג געזאָגט.
לכתּחילה האָבן גאָלדבערג און פֿינקלמאַן פּלאַנירט צו מאַכן אַ „היפּ־האָפּ‟־נוסח פֿון אַ טראַדיציאָנעל יום־טובֿ־ליד, אָבער זיי האָבן זיך געכאַפּט, אַז דאָס וואָלט זיי צו פֿיל באַגרענעצט. „אַ חנוכּה־ליד קען מען נאָר שפּילן חנוכּה,‟ האָט גאָלדבערג געזאָגט. „אָבער ׳אַ ייִדישע מאַמע׳ איז אוניווערסאַל.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.