תּל־אָבֿיבֿ. — ווען מע האָט געזאָגט דעם „הײַ־טעק‟ אונטערנעמער איל וואַלדמאַן, אַז ער קען נישט פֿיגורירן סײַ ווי דער פֿאָרזיצער, סײַ ווי דער דירעקטאָר פֿון דער פֿירמע וואָס ער האָט געגרינדעט, „מלאנוקס טכנולוגיות‟ (Mellanox Technologies), האָט בײַ אים געפּלאַצט דאָס געדולד, און דעם פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט האָט ער אַראָפּגענומען די פֿירמע פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער בערזע.
די בערזע איז שטאַרק צעקלאַפּט געוואָרן פֿון דעם שריט, ווײַל „מלאנוקס‟ איז דעמאָלט געווען איר זעקסט־גרעסטע פֿירמע, מיט אַ ווערט פֿון 6 ביליאָן שקל (1.7 ביליאָן דאָלאַר). די תּל־אָבֿיבֿער בערזע איז שוין פֿון פֿריִער געווען אָפּגעשוואַכט, נאָך דעם ווי איר אייגענער שעף־עקזעקוטיוו און פֿאָרזיצער האָט רעזיגנירט מיט אַ חודש פֿריִער.
וואַלדמאַן האָט געזאָגט, אַז צוליב געוויסע ענדערונגען לעצטנס פֿונעם ווערטפּאַפּירן־געזעץ (Securities Law), האָבן די ישׂראלדיקע אינוועסטאָרן באַקומען אַ סך מער כּוח, אָבער דער פּועל־יוצא דערפֿון איז, אַז די פֿירמעס פֿילן זיך אַ סך מער באַגרענעצט. זינט „מלאנוקס‟ האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון דער בערזע, האָבן אַנדערע גרויסע פֿירמעס געוואָרנט, אַז זיי וועלן עס אויך טאָן, סײַדן ישׂראל וועט אַרויסווײַזן אַ מער פּאָזיטיוון צוגאַנג צו דער געשעפֿט־וועלט.
די פּראָבלעם איז אַ רעזולטאַט פֿון סײַ צו פֿיל תּקנות, סײַ צו ווייניק. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר, האָט ישׂראל געהאַט גרינגער געמאַכט דאָס אינוועסטירן אין אויסלענדישע פֿירמעס. פֿריִער האָבן די ישׂראלדיקע פּענסיעס געמוזט אינוועסטירן כּמעט 100% אין ישׂראל; איצט קענען זיי עס טאָן אָן באַגרענעצונגען אין אויסלאַנד. גלײַכצײַטיק האָט די רעגירונג במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר אײַנגעפֿירט שטרענגערע ווערטפּאַפּירן־רעגולאַציעס, וואָס מאַכן דאָס פֿירן געשעפֿטן אַ סך שווערער, טענהן די ישׂראלדיקע פֿירמעס.
די נײַע רעגולאַציעס זענען אײַנגעפֿירט געוואָרן, כּדי צו העלפֿן די קאָנסומענטן און באַשיצן די אינוועסטאָרן. ביז דעמאָלט האָט דער הויך־טעכנאָלאָגישער סעקטאָר (די פֿירמעס, וואָס פּראָדוצירן מאָבילקעס, די גרונט־מסחר־קאָמפּאַניעס, די בוי־ און נאַפֿט־אינדוסטריע) דאָמינירט איבער אַלע אַנדערע פֿירמעס, און דער דוחק פֿון קאָנקורענץ האָט גורם געווען זייער הויכע פּרײַזן. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן געליטן די קאָנסומענטן.
אין 2011 האָבן הונדערטער יונגע ישׂראלים פּראָטעסטירט, אַז זיי קענען נישט אויספֿירן צו באַצאָלן דירה־געלט און די הויכע פּרײַזן פֿון טאָג־טעגלעכע פּראָדוקטן, אויפֿגעשטעלט אַ געצעלט־שטאָט אינעם האַרץ פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער פֿינאַנץ־ראַיאָן, און דאָרט געבליבן וואָכן לאַנג. אויף איין דעמאָנסטראַציע האָבן זיך באַטייליקט 400,000 מענטשן — די גרעסטע דעמאָנסטראַציע אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע.
רעאַגירנדיק אויף די טענות, האָט פּרעמיער בנימין נתניהו פֿאָרגעלייגט אַ פּלאַן צו צעשפּאַלטן די קאָנגלאָמעראַטן אויף קלענערע פֿירמעס, דערמעגלעכן מער קאָנקורענץ און במילא אַראָפּלאָזן די פּרײַזן. די נײַע רעגולאַציעס האָבן טאַקע אַ ביסל געהאָלפֿן די קאָנסומענטן — די מאָבילקע־חשבונות און באַנק־אָפּצאָלן זענען הײַנט נידעריקער ווי פֿריִער — אָבער אַ סך אינוועסטאָרן באַקלאָגן זיך, אַז דאָס האָט שטאַרק אָפּגעשוואַכט זייער רווח און זייער ווערט אויף דער בערזע.
צווישן די נײַע תּקנות: אויב אַ פֿירמע וויל העכערן די שׂכירות פֿון אַן עקזעקוטיוו, מוז זי, צו ערשט, באַקומען די הסכּמה פֿון אַ מאַיאָריטעט פֿון אירע אינוועסטאָרן.
דערווײַל האָבן עטלעכע הויך־טעכנאָלאָגישע פֿירמעס שוין אָנגעהויבן קלערן וועגן זיך אָנשליסן אין אַן אויסלענדישער בערזע; צווישן זיי — Israel Chemicals, די אַקטיווסטע פֿירמע אין דער תּל־אָבֿיבֿער בערזע — און Nice Systems, אַ פּראָדוצירער פֿון סחורה, וואָס אַנאַליזירט ווידעאָ און גרויסע אינפֿאָרמאַציע־באַזעס.
„אינעם איצטיקן מצבֿ, מוטיקט מען אונדז נישט צו אינוועסטירן אין ישׂראל,‟ האָט באַמערקט סטעפֿאַן באָרגאַס, דער פֿירמע־שעף פֿון Israel Chemicals.
ווען די מעדיאַ האָט אין יולי געמאָלדן וועגן די ריזיקע סומעס, וואָס די גרויסע פֿירמעס האָבן אָנגעזאַמלט, אַ דאַנק די ישׂראלדיקע שטײַער־בענעפֿיטן, זענען די מענטשן שטאַרק אויפֿגעבראַכט געוואָרן. די פֿאַרמאַצעווטישע פֿירמע, „טבֿע‟ — די גרעסטע קאָמפּאַניע אין ישׂראל — למשל, האָט צווישן 2006 און 2011 אַרײַנגעכאַפּט כּמעט 12 ביליאָן שקל דורך אַ צאָל אויסוועגן פֿון די שטײַערן.
די פֿירמעס טענהן אָבער, אַז די דאָזיקע בענעפֿיטן זענען כּדאַי, ווען מען נעמט אין באַטראַכט וויפֿל שטעלעס זיי באַזאָרגן, און דאָס געלט, וואָס זיי גיבן צו צו דער עקאָנאָמיע. ווי איין פֿירמע־שעף האָט געזאָגט: „אָן דעם וואָלטן אַ סך פֿירמעס געפֿירט ווייניקער געשעפֿטן דאָ און במילא באַצאָלט ווייניקער שטײַערן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.