יעדע וואָך, זינט 2006, האָבן זעקס ייִדישע פֿרויען אין סידני, אויסטראַליע, זיך געטראָפֿן, כּדי צו קאָכן און באַקן לויט די הונדערטער משפּחה־רעצעפּטן, וואָס זיי האָבן געזאַמלט בײַ דער אָרטיקער קהילה. צום סוף האָבן זיי אויסגעקליבן די 115 בעסטע רעצעפּטן, און עס אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך, The Monday Morning Cooking Club.
לעצטנס, בעת אַ וויזיט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָבן צוויי פֿון די מחברטעס, ליסאַ גאָלדבערג און מערעלין פֿרענק טשאַלמערס, אין אַן אינטערוויו מיט „רויטערס‟, דערקלערט, אַז דער ציל פֿונעם בוך איז צו זאַמלען געלט פֿאַר דער „אינטערנאַציאָנאַלער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון פֿרויען‟ (WIZO), וואָס העלפֿט די נויט־באַדערפֿטיקע פֿרויען און קינדער אין ישׂראל.
די זעקס פֿרויען האָבן געפֿונען די רעצעפּטן דורך אַ סיסטעמאַטישן פּראָצעס: יעדע פֿון זיי האָט זיך פֿאַרבונדן מיט די בעסטע ייִדישע קעכינס, וואָס זיי קענען אין סידני, און געבעטן בײַ זיי די רעצעפּטן פֿון זייערע בעסטע פּאָטראַוועס. דערנאָך האָבן זיי זיך דערוווּסט בײַ די קעכינס די נעמען פֿון אַנדערע געניטע קעכינס, און דערפֿון האָבן זיך אָנגעזאַמלט 450 רעצעפּטן.
קיינער פֿון די זעקס פֿרויען איז נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלע קעכין, אָבער טשאַלמערס האָט געזאָגט, אַז דאָס איז נישט געווען נייטיק: „מיר זענען אַלע מאַמעס, און אַלע שעפּן מיר נחת, ווען מיר האָדעווען אונדזערע פֿרײַנד און קרובֿים צו זאַט.‟
די ייִדישע קהילה אין אויסטראַליע איז אַ סך קלענער ווי אין אַמעריקע, אָבער דאָרטן געפֿינט זיך אַ גרעסערער פּראָצענט אימיגראַנטן, וועלכע זענען געקומען נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. דאָס האָט במילא געשאַפֿן אַ געמיש פֿון פֿאַרשידענע קולטורן.
„עס רעדט זיך דאָ נישט בלויז וועגן די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, אָבער אויך פֿון די ייִדן, וועלכע זענען געקומען פֿון בורמאַ, איראַק, עגיפּטן און דרום־אַפֿריקע,‟ האָט טשאַלמערס באַטאָנט.
בײַם אויסטראַכטן אַ טיטל פֿונעם בוך, האָבן די פֿרויען באַטראַכט עטלעכע מעגלעכקייטן. „מיר האָבן זיך געוויצלט, אַז עס דאַרף הייסן ׳הייבט אָן מיט אַ ציבעלע׳,‟ האָט טשאַלמערס געזאָגט. זיי האָבן אויך געקלערט וועגן ניצן דאָס וואָרט „סמעטענע‟, ווײַל אַ סך פֿון זייערע געבעקסן זענען געמאַכט אויף סמעטענע.
וואָס פֿאַר אַן עצה גיבן די פֿרויען די אַנדערע היים־קעכינס? „מע דאַרף אויספּרוּוון רעצעפּטן מער ווי איין מאָל,‟ האָט גאָלדבערג געזאָגט. „דאָס ערשטע מאָל וועט עס אפֿשר נישט טויגן, אָבער נאָכן דריטן מאָל, וועט איר שוין מסתּמא מצליח זײַן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.