אַמסטערדאַם. — צענדליקער האָלענדישע מוזייען פֿאַרמאָגן, צום ווייניקסטן, 139 חפֿצים, וואָס זייער מקור איז „פּראָבלעמאַטיש‟, האָט דערקלערט אַ ספּעציעלע קאָמיסיע וואָס זוכט אויס קונסטווערק, געגנבֿעט אין האָלאַנד במשך פֿונעם חורבן.
די ליסטע חפֿצים, וואָס דער „קאָמיטעט פֿון מוזיי־אײַנשאַפֿונגען‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דינסטיק, נעמט אַרײַן זייער טײַערע עקספּאָנאַטן, וואָס געפֿינען זיך הײַנט אין די הענט פֿון 41 מוזייען. צווישן זיי: דער וועלט־באַרימטער „רייקס־מוזיי‟, וווּ עס געפֿינען זיך נײַן פּראָבלעמאַטישע חפֿצים, און דער „סטיידאַליק־מוזיי‟ — וווּ מע האָט אַנטדעקט עלף פֿון זיי.
אַ טייל פֿון די קונסטווערק האָבן געמאָלט באַוווּסטע קינסטלער, ווי אײַזאַק איזראַעלס און אַדריען האַנעמאַן.
„דער ערשטער שריט איז צו פּובליקירן די רעזולטאַטן, און פֿרעגן, ווער עס האָט נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן זיי, כּדי אויפֿצוקלערן דעם קוואַל פֿון די חפֿצים,‟ האָט געזאָגט זיבע ווידע, אַ וואָרטזאָגער פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון האָלענדישע מוזייען‟, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין אַמסטערדאַם.
די רעזולטאַטן פֿון דער קאָמיסיע־פֿאָרשונג קען מען געפֿינען אויף דער האָלענדישער וועבזײַט, //.musealeverwervingen.nl.
ווידע האָט צוגעגעבן, אַז די שטודיע גיט נישט איבער קיין רעקאָמענדאַציעס וועגן מעגלעכער קאָמפּענסאַציע. „מיר עצהן די תּובֿעים זיך צו פֿאַרבינדן מיט די מוזייען און פֿאָלגן די פּראָצעדור פֿון פֿאַרגיטיקונג.‟
די רשימה נעמט אויך אַרײַן 13 חפֿצים פֿון יודאַיִקאַ. איינער פֿון זיי, אַ מזוזה פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, געפֿינט זיך הײַנט אינעם „מוזיי עליזאַבעט ווייסהאַוס‟ אין קולעמבאָרג, לעבן אולטרעכט. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט לויִ דע־ביר, דער שמשׂ פֿון דער קולעמבאָרגער שיל, געבעטן אַ מוזיי צו באַהאַלטן די מזוזה; שפּעטער האָט יענער מוזיי עס איבערגעגעבן דעם „ווייסהאַוס־מוזיי‟.
דע־ביר האָט איבערגעלעבט די מלחמה און געוווינט אין קולעמבורג ביז זײַן טויט אין די 1960ער, אָבער „ס׳איז נישט קלאָר, צי עמעצער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט אים, וועגן אומקערן דעם עקספּאָנאַט צו דער שיל,‟ גיט איבער די האָלענדישע וועבזײַט.
דער קאָמיטעט האָט אויך אַנטדעקט, אַז אינעם „רייקס־מוזיי‟ איז דאָס בילד, „סאַלאָמיי מיטן קאָפּ פֿון דזשאָן דער באַפּטיסט‟ פֿון יאַן אַדאַן קרוזעמאַן (1861), אפֿשר קאָנפֿיסקירט געוואָרן בײַ די ייִדישע אייגנטימער און ליציטירט געוואָרן אין 1943 אין אַמסטערדאַם. די רשימה נעמט אויך אַרײַן דאָס בילד, Odalisque, פֿון אַנרי מאַטיס (1921), וואָס געפֿינט זיך הײַנט אינעם „סטיידאַליק־מוזיי‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.