ווי לאַנג קען אַ פֿרוי וואַרטן?

How Long Can a Woman Wait?


פֿון טאַליאַ לעווין (ייִט״אַ)

Published November 01, 2013, issue of November 22, 2013.

די אַמעריקאַנער ייִדישע פֿרויען גייען צו קינד שפּעטער ווי אַנדערע פֿרויען, און אַ מאָל וואַרטן זיי ביז זייערע שפּעטע 30ער אָדער 40ער.

לויט דער אָפֿט־אַרומגערעדטער „פּיו־שטודיע‟ פֿון אַמעריקאַנער ייִדן, האָבן די ייִדן 40־59 יאָר אַלט דורכשניטלעך 1.9 קינדער, אין פֿאַרגלײַך מיט דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿון 40־59־יאָריקע מענטשן, וועלכע האָבן 2.2 קינדער.

די „אַנקעטע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג‟ פֿון 2000 האָט איבערגעגעבן, אַז ייִדישע פֿרויען אין די 30ער און 40ער זענען בכלל מער גענייגט צו זײַן אָן קינדער, ווי פֿרויען אין אַלגעמיין.

שטעלט זיך די פֿראַגע: ביז וועלכן עלטער קען אַ פֿרוי ווערן טראָגעדיק?

לויט לאָרענס גרונפֿעלד, אַ פֿרוכפּערדיקייט־ספּעציאַליסט אין דער „מאַונט סײַנײַ מעדיצינישער שול‟ אין ניו־יאָרק, ווײַזן די לעצטע שטודיעס, אַז אַ געזונטע פֿרוי, וואָס באַקומט דעם אייערשטאָף פֿון אַ צווייטער פֿרוי, קען נאָך טראָגעדיק ווערן אַפֿילו בײַ 55 יאָר.

דאָס מיינט אָבער נישט, אַז ס׳איז גרינג. דאָס טראָגעדיק ווערן און האָבן קינדער נאָך 35 יאָר — וואָס די דאָקטוירים רופֿן „אַן אַוואַנסירטער מוטער־עלטער‟ — קאָן גורם זײַן אַ צאָל קאָמפּליקאַציעס. די פֿאַרשפּרייטסטע שוועריקייט איז דאָס שוואַנגערן אַליין. נאָך 35 יאָר פֿאַלט ממשותדיק די שאַנסן צו פֿאַרגיין אין טראָגן.

די צוויי מיטלען, וואָס ווערן צום מערסטן באַניצט צו העלפֿן עלטערע פֿרויען שוואַנגערן, איז 1) געבן זיי אײַנשפּריצונגען פֿון האָרמאָנען, כּדי צו סטימולירן די פּראָדוקציע פֿון אייערשטאָף, און 2) פּראָבירל־באַפֿרוכפּערונג (in-vitro fertilization), וווּ דער אייערשטאָף ווערט אַרויסגענומען פֿון דער פֿרוי, ווערט באַפֿרוכפּערט דורך דער ספּערמע, ביז עס אַנטוויקלט זיך אַן עמבריאָן, און דאָס פֿלאַנצט מען שפּעטער צוריק אַרײַן אין דער פֿרוי. הגם IVF ווערט שוין געניצט זינט 1978, איז עס הײַנט אַ סך מער עפֿעקטיוו ווי אַמאָל.

אין 2011 האָבן בערך 12% פֿרויען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן געניצט אַ באַפֿרוכפּער־באַדינונג, גיט איבער דער „צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟.

אַחוץ די שוועריקייטן צו ווערן טראָגעדיק, זענען בײַ פֿרויען עלטער פֿון 40 יאָר אויך דאָ אַנדערע ריזיקעס: למשל, אַ גרעסערער פּראָצענט מפּלונגען, און אַ גרעסערע סכּנה פֿון נישט־נאָרמאַלע כראָמאָסאָמען אינעם עמבריאָן, ווי דער „דאַון־סינדראָם‟, וואָס איז גורם אַ צוריקגעשטאַנען קינד.

איין לייזונג איז צו נעמען דעם אייערשטאָף פֿון אַ צווייטער פֿרוי. דער מיטל שאַפֿט אָבער אַ זאָרג בײַ פֿרומע ייִדן, אויב די פֿרוי וואָס גיט דעם אייערשטאָף, האָט שוין אַ מאַן, ווײַל דעמאָלט וואָלט דאָס קינד, לויטן דין, באַצייכנט געוואָרן ווי אַ ממזר. „דערפֿאַר זאָגן ס׳רובֿ רבנים, אַז מע זאָל בלויז נעמען דעם אייערשטאָף פֿון אַ נישט־חתונה געהאַטער פֿרוי,‟ האָט גרונפֿעלד געזאָגט.

אַ צאָל פֿרויען האָבן אויך אָנגעהויבן זיך באַניצן מיט אַ גאָר אַנדערער טעכנאָלאָגיע: פֿאַרפֿרירן זייער אייגענעם אייערשטאָף, בשעת זיי זענען יונג, און שפּעטער פֿלאַנצט מען עס איבער צוריק אין זיי, אַ טעכנאָלאָגיע וואָס הייסט vitrification.

„בײַ די פֿרויען אין די 30ער, איז דאָס פֿרירן דעם אייערשטאָף אַ שטיין אַראָפּ פֿון האַרצן,‟ האָט באַמערקט גילה לײַטער, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָרין פֿון אָבסטעטריק בײַם „מאַונט־סײַנײַ שפּיטאָל‟. „אַ סך פֿרויען זאָגן מיר, אַז עס נעמט צו דעם דרוק, און אַז איצט קענען זיי ווײַטער זוכן אַ מאַן, אָן זיך צו זאָרגן וועגן זייער ׳גוף־זייגער׳.‟