סערגאָ בענגעלסדאָרף, אונדזער קאָרעספּאָנדענט אין מאָלדאָווע, האָט זיך דעם זומער באַזעצט אין ישׂראל, אין נהריה. מיר ווינטשן אים געזונט און געדולד איבערצוקומען די נישט־לײַכטע תּקופֿה פֿון אַבסאָרבירן זיך אינעם נײַעם לאַנד.
מיר דרוקן ווײַטער זײַן ערשטן רעפּאָרטאַזש פֿון ישׂראל.
מיט אַ צײַט צוריק האָט מיר פֿון תּל־אָבֿיבֿ אָנגעקלונגען לעוו ווײַנבוים, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון „בית־בעסאַראַביע‟ און מיך פֿאַרבעטן צו דער טרעפֿונג פֿון ייִדן, אָפּשטאַמיקע פֿון מאָלדאָווע. אַזעלכע לאַנדסמאַנשאַפֿטן זײַנען דאָ אין אַ סך שטעט פֿון ישׂראל. דאָס הויז פֿון בעסאַראַבער ייִדן, די דאַך־אָרגאַניזאַציע אין ישׂראל, נעמט צונויף אירע מיטגלידער צוויי מאָל אין יאָר — האַרבסט און פֿרילינג.
„דער ציל פֿון אַזעלכע טרעפֿונגען, — האָט מיר דערקלערט אויפֿן טעלעפֿאָן ווײַנבוים, — איז זייער אַ פּשוטער: נישט אָפּרײַסן זיך פֿון היימישע וואָרצלען, דערמעגלעכן די מענטשן זיך צו טרעפֿן מיט זייערע בני־עיר — פֿון איין שטאָט, גאַס, אַמאָליקע שכנים, מיטשילער. עס טרעפֿט זיך, אַז עס קומען אויך געסט פֿון אַנדערע לענדער, בפֿרט פֿון מאָלדאָווע. מיר באַמיִען זיך, אַז די דאָזיקע טרעפֿונגען זאָלן פֿאַראייניקט זײַן מיט איין ייִדישער טעמע, קודם־כּל, אונדזער מאַמע־לשון און די ייִדישע קולטור. מיר דאָ, אין ׳בית־בעסאַראַביע׳ האַלטן, אַז דאָס איז אונדזער וויכטיקסטע אויפֿגאַבע.‟
דערהערט אַזעלכע איבערצײַגעוודיקע אַרגומענטן, בפֿרט וואָס שייך ייִדיש, בין איך מסכּים געווען צו קומען צו דער טרעפֿונג. און אָט נישט לאַנג צוריק בין איך ספּעציעל געקומען קיין תּל־אָבֿיבֿ פֿון נהריה. אַרײַנקומענדיק אינעם געראַמען הויז פֿון „בית־בעסאַראַביע‟, בין איך גלײַך אַרײַנגעפֿאַלן אין דער אַטמאָספֿער פֿון אונדזער „אַלטער היים‟.
אויף די טישן, וווּ מ‘האָט רעגיסטרירט די געסט, זײַנען געשטאַנען שילדלעך מיט נעמען פֿון די שטעט: קעשענעוו, אוריִעוו, בעלץ, סאָראָקע וכּדומה. עס האָבן זיך געהערט קלאַנגען פֿון מאָלדאַווישער מוזיק, און אויף אַ ריזיקן עקראַן האָט מען געקאָנט זען באַקאַנטע פּייסאַזשן פֿון דער פּרעכטיקער מאָלדאַווישער נאַטור — סעדער, ווײַנגערטער, בילדער פֿון שטעט און שטעטלעך. אויף זייער הינטערגרונט איז פֿאָרגעקומען די גאַנצע אונטערנעמונג, וואָס האָט צונויפֿגענומען 330 מענטשן און געדויערט 3 שעה.
בײַ די שיין־געדעקטע טישן האָבן זיך די געסט אויסגעזעצט לויט זייערע שטעט. איך האָב זיך שוין געלאָזט גיין זיך זעצן מיט מײַנע קעשענעווער בני־עיר, אָבער די פֿירערשאַפֿט פֿון „בית־בעסאַרביע‟, אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט פֿון דער פֿעדעראַציע, דני קאָרן, האָבן מיך פֿאַרבעטן, ווי אַ נײַעם עולה, צו פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן, לעבן די ערן־געסט אַרקאַדי בראָווער, דער אָנפֿירער פֿון דער מאָלדאַווישער לאַנדסמאַנשאַפֿט „איזוואָראַש‟, לעוו ווײַנבוים און דעם באַקאַנטן מאָלער וואָלף בול.
נאָך קורצע באַגריסונגען פֿון דער פֿירערשאַפֿט האָבן די בינע פֿאַרנומען די זינגער שמשון קימעלמאַכער און די שוועסטער סאָפֿיע און סלאַוואַ רײַכער. די מוזיק און די משקה האָבן געטאָן זייער זאַך. דער עולם האָט געטאַנצט און געהוליעט; דאָ און דאָרט האָט זיך געהערט, ווי אַ שליסל־וואָרט: „דו געדענקסט…‟
מיך פּערזענלעך האָט זייער גערירט די טרעפֿונג מיט נעלי ספּיוואַק און זיסי ווייצמאַן. נעלי האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרלוירן איר מאַן, וולאַד ספּיוואַק — אַ טאַלאַנטירטער פּאָעט און פּובליציסט. זי האָט מיר געשעקנט זײַן לעצטע לידער־זאַמלונג „לאַנגער זומער‟, אַרויסגעגעבן שוין נאָך זײַן טויט אין תּל־אָבֿיבֿ.
מיט זיסי ווייצמאַן האָב איך זיך געזען דאָס לעצטע מאָל מיט 30 יאָר צוריק, אין זײַן היימשטאָט בעלץ. איצט, אין „בית־בעסאַראַביע‟, איז ער צוגעגאַנגען צו מיר מיט אַ כּוס אין דער האַנט און, אַרײַנקוקנדיק מיר אין די אויגן, אַ פֿרעג געטאָן: „נו, סערגאָ, דערקענסט מיך נישט?‟ — און ער האָט איבערגעלייענט אַ שורה פֿון מײַן מאַמעס ליד „פֿאַרפֿלאַנצט האָט אַ מענטש אַן עפּלבוים, און דאָס איז געווען מיט יאָרן צוריק…‟ — האָב איך באַלד אויסגעשריִען: „זיסי, זיסי!‟
אַוודאי, איז גוט זיך צו טרעפֿן אויף שׂימחות. נישט אומזיסט זאָגט מען, אַז ישׂראל פֿירט צונויף מענטשן, בפֿרט בני־עיר. איין זאַך האָט מיר פֿון דעסטוועגן אויסגעפֿעלט: אַ שאָד, וואָס ס‘האָט אַזוי ווייניק זיך געהערט אַ ייִדיש וואָרט. אין ישׂראל וווינען דאָך אַזעלכע טאַלאַנטירטע ייִדישע פּאָעטן ווי משה לעמסטער, מיכאל פֿעלזענבאַום, לעוו בערינסקי — אַלע אָפּשטאַמיקע פֿון בעסאַראַביע.
לאָמיר האָפֿן, אַז די פֿירערשאַפֿט וועט עס בײַ אַ צווייטער טרעפֿונג אין זינען האָבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.